פון א לאנדאנער
לאנדאן - חרדי'שע אידן דא אין לאנדאן זענען באזארגט איבער די אומגינסטיגע באריכט וואס די אפסטעד אגענטור וואס האלט אן איבערזיכט אויף די ערציאונג אין ענגלאנד האט ארויסגעגעבן אויף די חרדי'שע בית חינוך "יסודי התורה", און טוען אויסדרוקן זארג אז די רעגירונג זוכט דערמיט צו טוישן די ערליכע לעבנסשטייגער פון די אידן אין ענגלאנד היה לא תהיה.
אפסטעד אגענטור האט באשולדיגט די חרדי'שע מיידל שולע פארן צענזורירן די טעקסט ביכער, און פארן פארפעלן צו לערנען אומווערדיגע לימודים מיט די ערליכע מיידלעך ה"י. די באריכט טוט קריטיקירן די שולע פארן אויסמעקן בילדער פון גוי'אישע פערזענליכקייטן, און פארן נישט ערלויבן די מיידלעך צו גיין באזוכן פלעצער וואו מען קען זיך אנזעהן מיט תועבה. די אגענטור האט דעריבער באשלאסן אז די שולע קומט נישט נאך די פארלאנגען פון די אונטערזיכונג.
די באריכט איז ארויסגעקומען נעכטן דינסטאג, און טוט שטארק באזארגן די גאנצע ארטאדאקסישע געמיינדע אין ענגלאנד. עסקנים האבן זיך אויסגעדרוקט מיט די אויסדרוק אז "את אשר יגורני בא" און זארגן זיך איבער די צוקונפט פון די גאנצע חרדי'שע חינוך סיסטעם. אנדערש ווי אין אנדערע פלעצער וואו די אויב מען נעמט נישט קיין געלט פון די רעגירונג קען מען ווייטער אנהאלטן די בתי חינוך, פארלאנגט אבער די רעגירונג אין ענגלאנד אז אלע עלטערן מוזן שיקן זייערע קינדער צו בתי חינוך, און אויב שיקט מען אין א שולע וואס איז נישט אנערקענט ביי די רעגירונג קען זיך די רעגירונג אריינמישן און אריינגעבן קלאגעס איבער פארנאכלעסיגונג פון די קינדער היל"ת.
בלשון הקודש:
הרשויות באנגליה גילו כי בתי הספר החרדים החייבים ללמוד את ספרי הכפירה מצנזרים חלקים וככה מלמדים, עתה הם מבקשים להעמיד לדין את בית הספר 'יסודי התורה' אותם תפסו בצינזור הספרים

אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה
שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.