איך
האב לכתחילה נישט געוואלט ליינען דעם פאטאקאפי פונ'ם האנד געשריבענעם
בריוו פון די חשוב'ע בני-ברק'ער ויז'ניצער אדמו''רית. איך האב געהאלטן דאס
הערויסצושמוגלען און פובלישן א פריוואטער בריוו פון גוטע צניעות'דיגע
ליידיס איז אמעשה אשר לא יעשה.
אבער
דער יצר הרע איז דאך גרויס ער שלעפט און שטופט, שושקענדיג נו זיי נישט
קיין בהמה ווען דו האסט א זעלטענער געלעגהייט זיך צו באקענען וואס האט שוין
די משפחה צו זינגען איבער'ן הסתלקות פונ'ם פעטער דער הייליגער ר' מאטעלע
וועלכער האט פארלאזט אונזער וועלט זעקס און ניינציג יאר יונג.
פשיטא,
דאס נאך עטליכע שורות האב איך שוין באגריפן דאס סאיז נישט קיין מאטריאל
וואס רביצינס האבן ספאנטאניש געשריבן.. נאר ס'איז גאר א שאפונג פון די יוצר
משרתים און סאיז נישט גענוי מכוון צו די אדרעסירטע נאר צום אלגעמיין..
אבער נו מיילא, מיר קענען נאך הענדלען הענדלען נאך אביסל טשייניק האקן..
אבער דער גרויסער סיפור איז ליידער אין תוכן.
נישט
דאס איך זאל חלילה מפקפק זיין אין די אויסגעדרוקטע פאקטן, ווייל אויב רבי
ישראלצ'עס רביצין שרייבט אונטער איר גוטן נאמען אויף גאון איז דאס טאקע
גאון.. און ווען זי שרייבט אונטער אוף היילג איז דאס בלש''ס שבעולם גאר
הייליג אאו''ו.. נאר ס'שרייט ביטער צום הימל וואס איז דארט נישט געשריבן..
יעצט
אויב מען האט שוין דערמאנט די 'פינסטערע צייטן' מוז איך זאגן דאס לפי
עניות דעתי ס'איז א נושא וואס ס'איז א חוב קדוש צו פארשן און גוט גוט
אפלערנען און לאזן יעדן מאכן זיינע מסקנות.
איך
מיין נישט בלויז דעם עצם מעשה הגירוש פון סרול'ס משפחה פון מינוט צו מינוט
וועלכער האט געהאט א גרוילהאפטיגע כאראקטער אפילו לויט פראסטע גוי'אישע
סטאנדארטן.
איך
וויל נישט דא פארקריכן צו זיין פאטער'ס משה ישועות'ס ספעציפישער פערזאן
און שטיל פון הנהגה. אויך נישט עוסק זיין מיט ישראלצ'עס הייליגן יונגערער
ברודער וועלכער איז געוועזן א הויבטשפיהלער אין יענער חרפה, ועוד חזון
למועד.
אבער
מורי ורבותי, ביטע לאזט אייך נישט מאכן צו נאר און קויפט נישט די פויגל
שטאף במחילה ואס מען דערציילט אייך דאס ישראלצ'ע האט 'באלעסטיגט' וויז'ניץ
מיט די חובות איבער זיין פזרנות פאר צדקה.. ווען מען פארטושט די פאקט דאס
זיין משפחה איז ווילד רייך און בכלל די סארט דעפיציטן פון אן עסקן און א
גבאי צדקה וואלט ער ג'קענט דעקן מיט א קורצן שטרעזל איבער די מדינות.
ס'וועט
מער ווי גענוג זיין צו מזכיר זיין רבי ישראלצ'עס פעטער דעם שארפן רבי
יהודה'לה דז'יקובער וועלכער איז שוין געוועזן דאהי ווען די מעשה איז
פארגעקומען
(אדער
בתוקפו) און ער האט זיך געווערטלט זאגנדיג: פשיטא דאס מען האט דעם ישראל'ן
משלח געווען צו אלע רוחות.. ואס דען?! ער האט געוואלט איינפירן אין
וויז'ניץ דאס מנהג פון טיילן ל''ע נאך אזויפיהל דורות פון צדיקים וועלכע
האבן בלויז גענומען און בעהאלטן..
רבותי, רבי יודאלע דז'יקעווערס ווערטל ס'איז גארנישט קיין וויץ אדער א גוזמא ס'איז הייליג פאקט!!
איך
האב חברים וועלכע האבן גלערנט אין וויז'ניצער ישיבה אין די גוטע צייטן פון
רבי חיים מאיר'ס געזונט און פראספעריטי און זיי לעבן היינט מיט אונז און
דערציילן דאס דער מנהג הנהוג איז געוועזן דאס די תלמידי הישיבה זענען
העריין צום רבי'ן מיט אקוויטל און פ''נ יעדן חדש (אדער כו''כ פעמים א
יארחח?) און ס'האט געהייסן דאס דער רבי'ס שטוב ווערט געשפייזט פון די בחורי
הישיבה'ס פדיונות און די געלטער וועלכע זיי האבן געשנארט זינט פארטאגס אין
די מדינה און געגיבן לידיו הקדושות צו פארשריבן ווערן בספר הזהב בשעת
חדווה דסעודת פורים..
יא,
וויז'ניץ איז א חסידות פון אהבת-ישראל און טאקע פאר זייערע גוטס וועגן
האבן זייערע הייליגע צדיקים געדינט דעם הייליגן באשעפער מיט נעמען און
אוועקפאקן אין דער שווייץ. אין די אויגן פון די דאזיגע צדיקי אמת קיינער
איז נישט געוועזן צו ארעם צו נעמען פון איהם און בוודאי נישט גענוג וויכטיג
צו טיילן מיט איהם.. און די רביצינס בריוו באשטעטיגט בין השורות דאס דער
רבי מאטאלא האט נישט משנה געוועזן ממנהג אבותיו חלילה כי הוא זה.. ידידות'ן
זענען געגאנגען ביז'ן גראשן.. ביסטו געבליבן מין ליבער טייער קינד אהנע
פרנסה? גיי שנארן!
איך
פלעג אויך יערליך באזוכט ווערן ביי רבי ישראלצ'ע וועם איך געדענק אלס א
דערדרוקטער קינד און א נפש יקרה. איך האב געגיבן מיינס אין שפעטער געשימפט:
היעלה על הדעת דאס א עני וועלכער האט כו''כ וועלטס רביים אין זיין נאהנטע
משפחה מוז הערמגיין פענטלען פאר בלויז נויטיגע הצטרכותן?!
ס'איז
מסתבר דאס די צדיקים מנהיגי החסידות זענען נישט גורס דעם מבשרך אל תתעלם
און בוודאי נישט דעם די מחסורו פון הלכות צדקה, און ווער ווייסט וואס נאך
זענען זיי נישט גורס?! ואני ולבי יודעים דאס זיי זענען פארשידנס נישט
גורס.. און די טרויערדיגסטע פאקט איז דאס ס'האט ווייניג צו טוהן מיט די
אינדיבידועלע פארשוינען, די סאמע נאטור פון זייער באשעפטיגונג און טעגליכע
ערפארונג קריפלט נעביך זייער מענשליכע פארזאן און הומאנע אינסטינקטן,.. צו
טאקע דאס האט דער בעל שם טוב געמיינט?! לאז איך שוין פאר קלוגערע פון מיר.
פשוט'ער איד

אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה
שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.