מאת תולדותער
20 יאר נאך די מחלוקות אין תולדות אהרן. 12 יאר נאך די התמנות פין גאב"ד ירושלים. 5 יאר נאך די מערכה מיט גאלבנציץ. 5 יאר נאך א מערכה מיטן ראב"ד ירושלים. 3 יאר נאך די התמנות פין הגרי"ד טורצין אלטס נשיא פין פרושים. וכו' וכו':
20 יאר נאך די מחלוקות אין תולדות אהרן. 12 יאר נאך די התמנות פין גאב"ד ירושלים. 5 יאר נאך די מערכה מיט גאלבנציץ. 5 יאר נאך א מערכה מיטן ראב"ד ירושלים. 3 יאר נאך די התמנות פין הגרי"ד טורצין אלטס נשיא פין פרושים. וכו' וכו':
דא זענען די פאקטן...
תוא"י זענען די "קנאים", א שטח פאר זייער ביהמ"ד אין ביתר
איז מותר, באזוכן ביים בעלזער איז מותר, שמוליק ראבינאוויטש זיצט ביי די
הדלקה אין מירון אבער סאיז מותר, רעדנער מיט אפנאמעס ביי זייערע מוסדות אין
בתי מדרשים פין כל צרוע וכל זהב אבער סאיז מותר, מלייגט מודעות אין אלע
צייטונגען אין חו"ל פין בלאט בי דער איד פין המודיע ביז יתד נאמן אבער סאיז
מותר, מזעהט זיי נישט ביי קיין שום פראטעסטען אבער סאיז מותר, וכו'
וכו'... אין לכבוד דעם קומט א פריוואטע מסיבה פין מגן החינוך הטהור אדמו"ר
מסאטמאר פאר מוסדות תולדות אברהם יצחק
פרושים: זענען די "קנאים", מנעמט שטחים אין אלע שטעט פין בית
שמש ביתר בראכפעלד וויא נאר מקען אבער סאיז מותר, 90 % שיקן די קינדער אין
בתי ספר המוחרמים אבער סאיז מותר, 60 % גיין צו בחירות אבער סאיז מותר,
מאיז מפרסם מודעות אין אלע מיני צייטונגען סיי דאהי אין סיי אר"י אבער סאיז
מותר, חותמים פארן חוב קדוש פין גיין צו די בחירות זענען ביי זיי מורינו
(וויא רבי זונדל קרויזער) אבער סאיז מותר, מזעהט זיי נישט ביי קיין שום
מחאות מיט פראטעסטען אבער סאיז מותר, וכו' וכו'... לכבוד דעם גייט יעצט אין
די טעג מגן חינוך הטהור אדמו"ר מסאטמאר אריבער מיט הגרי"ד טורצין (היינט
ביי היינט) צו נדיבי עם פאר קהילת פרושים וואס ניטאמאל מוסדות האבן זיי חוץ
פין חברת אבות ובנים.
ראב"ד ירושלים: באקומעט א באזוך פין הגרח"צ טייטלבוים ביי
כתיבת האותיות, א גאנצע זייט פין בילדער אין דער איד פין די הכנסת ספר
תורה, זיינע קינדער באקומען בענטשען ביים טיש פין דעם מגן חינוך הטהור,
וכו' וכו' כאטשיג ער איז מתיר די גראבונגען אין גאלבנציץ, ער איז א ידיד
נאמן פין אדמו"ר מסאטמאר אין קרית יואל וקהילתו בכל רחבי תבל, ער קומט נישט
צו מסיבות פין כ"א כסלו מיט כ"ו אב אין ירושלים וכו' וכו' אבער אלטס איז
מותר
אין אזוי איז הגר"ש אויערבאך אין אזוי איז נאך אנדערע ואין כאן המקום לפורטם כי רבים הם......
אין אזוי איז הגר"ש אויערבאך אין אזוי איז נאך אנדערע ואין כאן המקום לפורטם כי רבים הם......
תו"א זענען די "לינקע", בויען נעבעך נישט אין בית שמש "מהאט
מורא", גייט נאך נישט אין בעלזא "מהאט מורא", מטראכט הונדערט מאל ווער זאל
זיין דער רעדנער "מהאט מורא", ממאכט א קאפי פין א טשעק אויף די ברענטשעס
אין מירון צולייגן אין דער איד "מהאט מורא", מלייגט נאך נישט מודעות אין
בלאט "מהאט מורא", מגייט נישט באזוכן אלע רבנים אין חו"ל "מהאט מורא",
מגייט צו אלע מחאות אין פראטעסטען פין די העדה החרדית "מהאט מורא" וכו'
וכו' ....אבער זיי זענען די לינקע אין האבן נישט א פריוואטע מסיבה, אין
גיין אריבער רדיפות, מיט קללות וחירומים, וכו, וכו' מיט א זיסן שמייכל פין
דעם מגן חינוך הטהור צום תו"א רבי ביי א באזוך אז מכלומר בין איך דיין ידיד
זאל תו"א מאכן זייער חשבון הנפש פארוואס דאס איז אזוי, אונז אידן דאהי ווייסן פארוואס, אבער זיי דארפן אויך קומען צום מחשבה פארוואס
אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה
שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.