אל מעלת כבוד ר' נפתלי בלומענפעלד שליט"א מנהל דישיבתינו
מיט א פארבלוטיגטע הארץ טו איך מיך ווענדען צו אייך איבער די שרעקליכע דרשה וואס איר האט געבעטן הרב ר' הלל וויינבערגער שליט"א צו רעדן אין די ישיבה.
איך האב אייך געריפן נעכטן האט איר מיר אראפ געהאקט די טעלעפאן, אז איר ווילט נישט הערן דעת בעלי בתים, און איר האט א דעת תורה און וועט טאן וואס איר ווילט.
אבער וואס זאל מיר אונז עלטערן טאן? מיר דרייען זיך ארום אן א קאפ, צובלוטיגט און צובראכן אויף שטיקער, מיין זין דרייט זיך ארום נאך די דרשה צומישט און דערשראקן, וואס זאלן מיר דעת בעלי בתים זאגן פאר אונזערע קינדער? וואס זאל מיר זיי פרעגן איבער די דרשה? עס כאפט א ציטער ווען מיר טראכטן, וואס ווייסן איצט די בחורים? וואס טראכטן זיי יעצט? וואס טוען מיר דא?
ועל כולם הערן מיר אז זייט די דרשה דרייען זיך בחורים ארום אין די ישיבה מיט די קליפ דערפון, בחורים זיצן גרופעס און הערן עס אויס אינאיינעם, עס איז געווארן א נארמאלע זאך צו רעדן דערוועגן צווישען די בחורים, מיט ליצנות און ניבול פה, הזאת נעמי ווער האט זיך דאס געגלייבט אז אזא חורבן נורא ואיום זאל מען בידים טאן מיט די בחורים.
מיר רעדן שוין נישט פון דעם וואס דער קליפ איז געווארן די וואך אן עובר לסוחר פאר יעדען בחור מקצה העולם ועד סופו.
אזוי פיל מעגן מיר עלטערן די דעת בעל הבתים פרעגן, זייט ווען איז דאס די דעת תורה, אויפצושטעלן א דרשן מסביר זיין ברחל בתך הקטנה דאס ענין, האט סיי ווער אין סיי וועלעכע ישיבה אין די וועלט דאס אמאל געטאן? האט רביה"ק זי"ע דאס אמאל געטאן אין די ישיבה? מען האט אלע דורות געוויסט אז מען רעדט נישט דערוועגן אפען צו בחורים, און אוודאי נישט ברבים, ווי האט איר דאס געלערנט? ווער האט געגעבען דעם היתר דערפאר? איז דאס נישט א פראסטע געמיינע ניבול פה צו רעדן אזוי צו בחורים? וואלט מען נישט אין די גוישע וועלט אזא איינעם וואס רעדט אזוי פאר בחורים געלייגט אין תפיסה? וואס איז אזא דרשה אנדערש ווי אויפצושטעלן אין די ישיבה דעם מנובל נחום ראזענבערג רעדן צו די בחורים?
וואס טוען מיר געוואלד! טאטעס און מאמעס וויינען אויס די קישענעס די לעצטע נעכט, ווייסן נישט וואס צו טאן, זיי קענען נישט צו זיך קומען, און איר לאכט זיך אויס, די אכזריות און רציחה איז עד אין לשער.
מיר פארלאנגען אן אסיפה דחופה מיט אלע עלטערן נאך היינט נאכט, ווי מען זאל מטכס עצה זיין, וואס צו טאן דא ווייטער, און ראטעווען וויפיל מען קען נאך פון דעם חורבן נורא.
א פארווייטאגטע טאטע

אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה
שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.