פורים אין 4 ארצות
ירושלים, מאסקבע, לאנדאן, ווילימסבורג
זכרנות און איבעלעבונגען
ירושלים תשל"ו תשפ"ב – לאנדאן
תשנ"א, תשע"ו, תש"פ, תשפ"ג
מאסקעווע תש"ן, פורים תשע"ה,
תשע"ז
ווילימסבורג תשפ"ד
קהילות: ברסלב, חב"ד סטמאר, כלל חסידי,
לייטווישע.
טעמעס:
באציאונגען צווישן רייכע און ארעמע, נדיבים און נצרכים, פרידנקייט און
צעבראכנקיין, שטאנצן פון געמיינדעס און טיפ'ס, מנהגים און וואליוס, מענשטן און
פלעצער מיט זייער כאראקטער.
פרק א'
פורים אין פסח קומען נאך א קאלטן ווינטער אין די
מדינות
ירושלים
סאיז
דא א איבעוועקונג אין די לופט, ערווארטונג אויף שמחת פורים, איבערפרישקייט פון ערב
פסח, איינקופאכטץ, דעליווערן, ארומלופונג, נדבות און קאמפיינים, מיט איין ווארט:
אלעס ווערט גערוקט פון פלאץ און איבעגעוועקט.
אלץ
קינד 8 יאר אלט תשל"ט אין די ארעמע ירושלים, ליג טמיר אין קאפ א פורים
אנטואכטס מיינע בטעות... עד היום ווערט מירק אלט אין די ביינער זיך דערמאנען פון
דעם... א טאג פאר אלע קינדער אין חיידער האבן זיך פארשטעילט צו די מסיבות פורים,
האב איך זיך פארשטיעלט.
ווי
אזוי האט מען זיך פארשטעלט יעני תקופה?
אין די
געשעפטן האט מען פארקויפט 3 סארט מאסקעס, א גראבער, א לץ, און א כושי.
ווער
סעאט נישט געהאט געלט צו קופן האט זיך אנגעשמירט מיט פוץ פון די שיך, מיין פנים
האט גוט געברענט אין די ערשטע מינוטן, און ארייגעלייגט א קושן צווישן לייב און
העמד, און אנגעטוהן א פיג'אמע, און האט האסטו א פערטיגער פארשטעלונג.
געגאנגען
אין חיידר בין איך אזוי אין א פראסט און קאלטן וינטער, געזעצן בין איך וי א אבל
בין השמחים אדער שמח בין האבלים און א נס די קושן האט מיר געווארעמט א ביסל נישט
צו פרירן צום טויט חלילה.
די
קלאסן זענען געווען קאלט אזוי אויך, דער איינציגסטער אוויבן די קליינע האט
געווארימט די פיס פון דעם מלמד, אזוי וי דער עלקטערישער גאפל וואס דער מלמד האט
אויף דעם פענצטער אובער אונז געקאכט זיין גלאז תה, און מיר האבן געווארט געשפאנט
ביז ער וועט ארויס נעמעין דעם גאפל פון גלאז איידער סוועט זיך צעפלאצן, אזוי סעהאט
פאסירט א פאר מאל, דערווייל איז די קאפ אונזערע געוען אין עלקטרישן גאפל און נישט
אין די ציבאלאך מיט וויץ און ווינגארטן פון משניות כלאיים, דיער צימער געפאקט מיט
רויך פון דעם מלמד אראבישע ציגארעס אלע פענסטער פארמאכט.
א סאך
יארן פלעגט זיך אויסשטעלן א שניי אין פורים טעג אין ירושלים, מערבין שמחה בשמחה,
שניי איז א מין יום טוב, נישטא קיין באסעס, נישטא געשעפן, און דער עיקר נישטא קיין
פאשאלטענער חיידר, אבער פורים וויל מען א ביסל שפילן און לויפן אין גאס.
איז דא
א טאג וואס נאר אין ירושלים איז דא, י"ד אדר, נישט פורים נישט קין תענית
אסתר, עפעס א מי ן קרב יום אשר הוא לא יום ולא לילה, אזוי וי לג בעומר, נישטא קיין
חיידר אבער אויך נישט עקסטערע צערמאניעס אין בית מדרש למשל. מעשפילט זיך אין גאס,
מקריגט זיך מיט די פרענקען פון מוסרארא, די פארביטערטע אויף אלץ און אלעמען, די
פרוייען געשלאגענע פון די מענער האקן זייערע קינדער און די קינדער פראביבן
אויסלאזן זייער צארן אויף אונז... אבער נישט גרינג, ירושליימער קינדער זענען
מלומדי מלחמה, און הונגעריג פארביטערט פון די מלמדים וואס האבן אונז אויסגעלערנט
כאפן קלעםפ שוויגן און דער עיקר צוריק געבן אין טאטנס טאנן אריין באבי אבותם, מוטה
פראנק דער משפיע, איז געווען איינער פון די גיבורים אונעזע, די פרענקאלאך האבן
מורא געאהט פאר איהם און אזוי נחמיה "כעמיע" קלאפהאלץ האט לעבן מיר א
מאל אנגעכאפט א פאר ייגנלאך וואס האבן זיך מיט אונז אנגעהובין און זיך געקייקלט
אופן גאס, און אינמיטן ווען ער שלאגט זיי מיט גרויס כוונה שרייט ער אונז: אברהם
לייב! שטיי נישט קום האק אויך! באקסעס מיט קניפעס און בריקעס לשם שמים.
מיין
מאמע תח' האט אומזיסט פרובירט אכטונג געבן אירע שייטלען און מייקאפ, אז אונז
מזיקים זאלן נישט ניצן פארן זיך פארשטעלן, זי האט מצליח געווען ראטעווען נאר יבנה
וחכמיה, מיט א מייקאפ א גרוגרת דרבי צדוק פון די לאנגע הענט פון 12 קינדער.
משלוח
מנות איז געווען א צערמאניע א קבועסדיגע און פארקריפלט, צוזאמגענומען די פאר
פראדוקטן אזוי וי א שאקאלאד, און קרעמבא, טאססאן אזא מין קאלריטע צוקער מעל, און
געבאקענע וויץ מיטן נאמען שלווה, וואס מהעאט געקופט אין גראסערי ביים קארנער, די
צוויטע חלק איז געווען שוין פון די משלוח מנות וואס די שכנים האבן געבריינגט, האט
מען מיט קאפ געדארפט אכטונג געבן נישט שיקן צוריק די זעלבע פראדוקטן חלילה פאר
ווער עס האט דאס געשיקט.
דעמאלט
האט די וועלט נאך נישט געארבעט זיך צו פאשרווענדן מיט פלאסטיקע טעלער וואס מענצוט
און מעווראפט אין מיסט, איז נאך פורים געווען א גאנצע צערמאניע פון בייטן צוריק די
שבויים, צוריק געבן טעלערס מין סלוייען און טעצער פאר די שכנים און משפחה וואס
האבן געשיקט אין דעם משלוח מנות.
אין די
אלטע קווארטל קאטאמאן דארט האט געווינט מיין זיידע און באבע בורשטיין נאך אנטלופין
און געפענגעניש בי די יארדענער, זענען מיר געקומען מיט א טעקסי, א הויכע באנק פול מיט שטרוייענע
מטראץ, און א רויך וי פון א באן, צ'אקער האט דער מאשין געהייסן,
די
באבע האט מיר גלייך גערקענט טראץ מיין פארשטעלונג, דאס איז אברם לייבאלע! איך רייס
אראפ מיט צארן מיין מאסקע: וי אזוי האסטו מיר דערקענט?
פון
דיינע שיך...
הויכע
שיך טאניקא וואס אונז האבן געקויפט ביים אייביגער שוסטער נפתלי בורנשטיין לעבן
שטיבלאך בית ישראל אונטער מיר ישיבה, ער פלעגט דערקענען אונז מיט א ספצעיעלער
אופן, זאג דיין טאטע זאל קומען באצאלן!
מיין
שוועסטער פרעגט איהם וי וויסטו ווער איז מיין טאטע?
איך זעה דיינע הענט, בורשטייןנס הענט..
פורים
געלט! דאס איז שוין געווען א טיפער עניין
מיר
האבן זיך געדרייט צווישן אלעס אטר מענשטן און געפאדערט פורים געלט, תובע בפה, אויך
נישט קין היימישע און אפילו פרייע לייט, ווער סאיז א דורך די גאס האט געדארפט צאלן
טאקס פאר אונז קינדער.
זיידע
בורשטיין פלעגט געבן שטענדיג בהרחבה יעדן אייניקל, אפילו זיין ברודער אברומל, א
ליטווישער טיפ, א גבאי יארן אין די שוהל פון פאגי, אליין גערייניקט כדי צו שפארן
געלט פאר די שוהל, און פארקויפט נאפט מיט א פערד און וואגן צווישן די הייזער, א
בייזער מענטש און קריטירט אלץ און אלעמען אבער דאך האט ער געגעבן די שענסטע פורים
געלט, א גאנצער פונט מיר געגעבן!
א סאך
פראגעס פלעגן לייט פרעגן אונז, מערסטע די וואס האבן וויניג געגעבן: יינגעלע וואס
וועסטו טובן מיט די געלט?
איך וועל זיך קויפן א גאנצע פיתה פלאפאל ביי קרישבסקי אין מאה שערים פאר מיר אליין!
אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה
שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.