סאיז געקומען צו אונזער וויסן
דאס אין אונזערע קהילה דרייען זיך הונדערטע קינדער פון שטובער וועלכע זענען
אינפעקטעט מיט'ן Covid 19 Virus. און זיי דרייען זיך צווישן אלע קינדער און טראגן הערום פראנק און פריי דעם Virus השם ירחם.
ליידער מען האט דא צושפרייט
פאררעטערישע אינפארמאציע פאלשונגען מיט'ן נאמען 'קאראנא-לייט' ווען דעת
המומחים אין דער גאנצער וועלט איז: דאס אין גאר אגרויסער פראצענט פון די
אזויגערופענע לייכטע פאלן לאזט דער דאזיגער מחלה אומגעווענטשענע לעבן לאנגע
שלעכטע עפעקטן השם ישמרנו ויצילנו. דערפער מצוות ונשמרתם מאוד איז 100% חל
אויך איבער די אייג'עס וואס דער טויט געפאר איז קליין. און מיר ברויכן
נישט צו שילדערן דאס הארבקייט פון איסור שפיכות דמים ביי אינפעקטן אדער
נישט מונע זיין די גרם סכנה פון אינפעקטן די עלטערע אדער יונגערע מיט
געזונטהייט פראבלעמען פאר וועלכע דאס איז בוודאי א גרויסער לעבנס-געפאר..
איך האב היינט אפגערופן הצלה
און מען האט מיר געזאגט דאס זיי ווייסן און.. פלאנען א מיטינג די נעקסטע
פאר טעג חא חא חא.. אינ'ם גאב''דס שטוב האט מען מיר געשיקט צו קאנטאקטן דעם
רב'ס זון וועלכער געפונט זיך היינט אין אמריקה, און ער האט געהעקעט און
געמעקעט ביז איך האב איהם פארגעלייגט די גראדע פראגע צו ער האט זיך שוין
געמיהט אפצולערנען דעם נושא פון קאראנה? און די תשובה איז געוועזן א קלארער
ניין…
רבותי טייערע, אידן אלע סימנים
זענען דאס די קהילה האט, און ס'שיינט דאס אויך די היימישע גנב'ישע געזונט
ארגענזאציעס האבן ליידער פאליטיזירט דעם נושא פון די פאנדעמיק (וואס
דערמאנט וואס איז געשעהן מיט הצלה איניציאטיוון אכציג יאר צוריק..) און
איך האב מורא מורא דאס דער היימישער ציבור איז טראגיש אומבאוואוסט און
ביטער פארפירט.
ולהשם הישועה
זקן מבני הקהלה

אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה
שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.