מאת סאטמארי
אנשי קהילת סאטמר בבני ברק שוב בתלונות על יואלי דאסקאל שהרים ידיים והרביץ לבן של הרב מייזליש
אינשי דלא מעלי זייען ווייטער אן מחלוקת אין בני ברק במשך דעם הייליגן יום טוב פורים
טרוקענע פאקטן פון מלחמות אין מחלוקת אנגעפירט דורך א פאר נידעריגע יונגען - *כת מבזי רבינו* וואס ווילן חרוב מאכן כל הקדוש לנו:
*
שבת זכור האבן די *כת מבזי רבינו* נישט מפרסם געווען די זמנים ווען דער
ר"י געפונט זיך אינדערהיים ביום הפורים ווי יעדעס יאר (און אזוי ווי אלע
הנהלות הקהילה איבער דער וועלט זענען מפרסם די זמנים ווען די רבני הקהילה
געפונען זיך בביתם אפצונעמען משלוח מנות וואס אנ"ש ווילן איבער געבן) 'מיטן
ציל אים "אויסצוטרוקענען" כלשונם'.
*
נישט מפרסם געווען המלצה פון דער ר"י פאר קופת מתנות לאביונים וואס ווערט
אנגעפירט דורך דעם ר"י שוין איבער 20 יאר 'מיטן ציל אים "אויסצוטרוקענען"
כלשונם'.
*
אלע מגידי שיעור בחבורת יסודי התורה באקומען א מתנה לרגל יו"ט פורים ווי
אלע יארן, דער חשוב'ער מגיד שיעור ר' יחזקאל ליפא שווארץ באקומט נישט אלעס
ווייל ער איז דער גבאי פון ר"י.
*
לאנגע יארן דאווענען אנ"ש אין ישיבה מנחה בצוותא ביום הפורים מיט גרויס
התעוררות. יחזקאל ראטער וכת דיליה - *כת מבזי רבינו* וואס זוכן צו צוברעכן
די קהילה, זענען געגאנגען דאווענען מנחה אין בית מדרשינו אין שיכון אין
מצליח געווען אנצוזייען א חורבן אין א מחלוקת אין די קהילה בעצם יום
הפורים.
במאמר
המוסגר: הרה"צ ר' יחזקאל ראטער פראוועט אפ א געהעריגע רעביסטעווע בביתו
נאוה קודש און וואנטשט ברכות לכל הנאספים. בעט נאר ביי איינעם א קליפ ווי
אזוי דאס זעט אויס איר וועט זיך באלעקן די פינגער דערמיט.
לפנות
ערב (זעט אויס אז זיי זענען געווען זייער גערעגט פון דעם גוטן טאג וואס
זיי האבן געהאט) זענען די *כת מבזי רבינו* געקומען אין בית מדרש צום סעודת
משתה היין (ווילאנג די שלעגערס זענען געקומען איז אלעס געווען זייער שיין)
זיי האבן נישט געקענט צוזען ווי שיין עס ווערט אפגעפראוועט דעם יו"ט פורים,
האבן זיי אריבער געשיקט אין בית מדרש אהרן מאיר ווייס מיט יואל כף און די
צוויי האבן אנגעהויבן צו שטופן און שלאגן און ממש געוואלט צושטערן די שיינע
פורים טיש. אנ"ש וואס האבן זיך פארזאמלט אין בית מדרש האבן זיך נישט צוטון
געמאכט פון די אנשי רשע, מ'האט באלד בארוהיגט די פאר שלעגערס און ממשיך
געווען צו טאנצן און זיך פרייען בשמחת פורים.
* אין אנדערע נייעס האט דער שלעגער יואלי דעת-קל אנגעשלאגן הבחור החשוב זלמן חייב מייזליש הי"ו על לא עוול בכפו.
*
מוצ"ש האבן די *כת מבזי רבינו* באלד געזען אז ס'גייט זיי נישט גוט האבן
זיי צוזאם גערופן און צוגעגרייט א סעודת שושן פורים אין גרויסן בית מדרש
אין שיכון אן צו מודיע זיין פארדעם פארן ציבור אז ס'גייט זיין א סעודה
(פארגאנגענע יארן פלעגט זיין די סעודה בראשות דעם ר"י). פארשטייט אז מ'וועט
נישט צולאזן די אנשי רשע צו צוברעכן די קהילה און באלד אויך מסדר געווען
אז עס זאל זיין א סעודת שושן פורים מיטן ר"י ווי עס האבן זיך באטייליגט אלע
אנ"ש וואס קענען נישט צוזען די הרס הקהילה.
*אנ"ש
איבער דער וועלט, רבני וראשי קהילתינו, מיר האבן נישט קיין שום אנדערע
וועג צו רעדן מוזן מיר שרייבן, מיר בעטן זיך בתחנונים: ווער עס קען
ראטעווען עתיד קהילתינו הק' זאל ביטע טון וואס שנעלער פאר עס וועט שוין
זיין צו שפעט!!!*
*געדענקט!!*
*אויב ח"ו וועט חרוב ווערן די קהילה אין בני ברק - וועט חרוב ווערן סאטמאר אין די גאנצע וועלט.*

אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה
שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.