רשימת הבלוגים שלי

יום שני, 16 ביולי 2018

כולם נגד כולם בסאטמאר בבני ברק


*הכחשת השמש בצהרים # 2*

אזוי ווי לעצטנס איז געווארן א מצב אז יעדע שרייבער אויף וואצעפ, שפירט זיך ווי דער ספרא רבה ר' סענדר דייטש ז''ל, און מ'פארקויפט שקרים וואס פליעט שנעל ארום איבער די גאנצע וועלט, העמיר מוזן מקדיש זיין אביסל צייט יעדע פאָר טאג צו ענטפערן אויף די אלע קינדערישע וואצעפ מעסעדזשעס, כדאי דער ציבור דא אין אמעריקא זאל זיין רואיג פונעם מצב אין בני ברק, און נישט דערשראקן ווערן פון יעדע נערישע מעסעדזש וואס וועלוועלע מייזליש שיקט ארויס.

יא ליידער, די מרידה פון משפחת מייזליש האלט אן. *דער דוב הגדול און די דובים הקטנים לאזן נאך נישט נאך.* זיי מיינען אז די טעראר און די וויינערייען גייט ברעכן רבינו שליט''א, אז ער זאל טוישן די הנהלה. זיי זוכן אפיר יעדע מענטש וואס האט נאר אמאל געהאט עפעס צו טוהן מיט די הנהלה, און פראבירן אים אריין צו נעמען אונטער זייער פליגל. 

*זיי לויפן ארום צו אידן וואס שטיצן יטב לב, און בעטן אז מ'זאל נישט שיקן קיין געלט, ווילאנג רבינו שליט''א ברעכט זיך פאר די טעראר.* די פראבלעם איז אז דער ציבור דאהי האט זייער ווייניג סימפאטיע צו די משפחת הדובים. און אין ארץ ישראל איז עס נאר א פראגע פון אביסל צייט, ביז ווען די פאר נאכשלעפער וועלן זיך באקענען מיט זיי.

היינט יום א' דברים איז די הירש אינגל יא געקומען אין חדר. אזוי ווי די הנהלה האט געהאט געשיקט א בריוו צום טאטן חיים יוסל הירש אז זיין זוהן קען נישט קומען אין תלמוד תורה ווילאנג ער רופט קיין אמעריקא מפייס זיין רבינו שליט''א פארן מאכן איבערקערענישן פאריגע וואך ביי מנחה מעריב, האט די מנהל נישט אריין געלאזט דאס אינגל אין קלאס. דאס אינגל האט באקומען א מלמד וואס האט געלערנט מיט אים פרייוועט אינעם אפיס פונעם מנהל. 

אין מיטן טאג איז ארויף געקומען אין תלמוד תורה א אינגערמאן חיים ראטטער בן הערשל ראטטער, און אנגעהויבן מאכן קולות אויפן מנהל פארענט פון די קינדער אז זיי פלאנען צו גיין צו די פאליציי, ווי אויך פלאנען זיי צו גיין אין בית משפט קעגן די הנהלה.

דער עולם דאהי ווערט דאך צומישט ווען מ'הערט חיים ראטטער און הערשל ראטטער, מ'ווייסט נישט אויף וועלכע זייט זיי באלאנגן, העמיר דאס אייך געבן צו פארשטיין. 
 
להמשך כנסו כאן:
 

הערשל ראטטער איז א עלטערע ברודער פון די געטרייע מנהל יחזקאל ראטטער. ער איז א אינגערמאן א גרויסע בעל יסורים, וואס האט ליידער א שטוב מיט שוואכע קינדער, און קומט כסדר אויף אמעריקא נאך געלט. יארן לאנג גייט ער נעבעך אויס פאר קנאה פון זיין אינגערע ברודער יחזקאל ראטטער, אפילו יחזקאל האט אים אלעמאל געהאלפן מיט געלט און מיט וואס ס'איז נאר שייך געווען. 

כאן מצא בעל חוב לגבות את חובו, און הערשל ראטטער איז געווארן די גאנצע אנדרייער פאר די משפחת הדובים. *ווען רח''ה האט געזעהן אז ס'איז דא א ראטטער וואס איז קעגן די ברודער, האט ער אים ממנה געווען אלס זיין גבאי, אזא בחינה ווי ווען מהרז''ל האט זיך גענומען יודעלע וויינשטאק אלס משב''ק.* ווי אויך האט וועלוועלע מייזליש אים צוגעזאגט א פאזיציע אין די הנהלה אויב ס'וועט זיי געלונגען דאס איבער צו נעמען. ליידער איז די שנאה מקלקלת השורה, און ס'איז גורם אז ער זאל דא זיין די גרעסטע כפוי טובה צו זיין ברודער יחזקאל, און צו די סאטמארע חסידים אין אמעריקא וואס האבן אים אלע יארן מחזק געווען מיט מאכן טיי אווענטס פאר אים.

ס'איז כדאי צו באמערקן, אז ביי זיין לעצטע נסיעה דאהי, האט אים רבינו שליט''א געבעטן מיט קלארע רייד, הערשל, איך וויל די זאלסט צו שטיין צו די הנהלה. ליידער איז די קנאה אויף זיין ברודער זייער גרויס, און ער מיט די זוהן חיים פראבירן איבער צו דרייען די שטאט.

ווען די צוויי כוליגאנעס חיים יוסל הירש און חיים ראטטער האבן געזעהן אז די אלע קולות האט זיי גארנישט געהאלפן, האט מען זיך מטכס עצה געווען מיטן ארכיטעקט פון די מערכה זלמן לייב פון בארא פארק, און ער האט מייעץ געווען אז מ'זאל פריש אנהייבן ארויסשיקן קיין אמעריקא וואצעפ מעסעדזשעס מיט רויטע אותיות *חמול עלינו ועל טפינו* און בעטן די נדיבי עם נישט צו שיקן קיין געלט אויף בני ברק.

מיר דא אין אמעריקא ווילן נאכאמאל דערמאנען די משפחת הדובים, אז מיר קענען אייך שוין יארן. ביי אונז איז ענקערע אויף געפיראכטס נישט קיין נייעס. ס'איז די זעלבע מערכה ווי בארא פארק און וואלאבאוט מיט אנדערע נעמען. סאטמארע חסידים וועלן נישט אפשטעלן קיין שום תמיכה מחזק צו זיין א משפּחה וואס פירט שוין אזויפיל יארן מחלוקת. 

אדרבה, און די טעג הערט מען די גוטע נייעס אז די סטרוקטור פון די נייע מיידל סקול איז שוין פארטיג, און מ'גרייט זיך אנצוהייבן די ארבייט אינעם בנין. *חסידי סאטמאר זענען גרייט מיט די פולסטע שטיצע פאר בני ברק.*׳,

תשובה א
סאטמאר איז איינגעטיילט אין דריי:

א. משה פאלקאוויטש, יצחק ברוך ברוין, אייזיק הערש בערקאוויטש וכו', עלטערע מענטשן וועלכע האבן ליב דעם רבין אהבת נפש. מענטשן וועלכע זאגן נאך ביים שבת סעודה דעם רבין שליט"א תורות, מענטשן וועלכע נעמען יעדעס ווארט ערענסט.

ב. אינגעלייט ווי יואלי בראווער, אדער אפילו עלטערע ווי מתתי דייטש וכו. מענטשן וועלכע באלאנגן צו אונזער קאמפעני. זיי האבן נישט קיין שום פראבלעם חוזק צו מאכן פונעם רבין אויב עס פעלט אויס, חוזק מאכן פונעם רבינס קינדער אויב קומט עס זיי בעסער אויס. פאר די מענטשן וואלט געווען דאס בעסטע ווען די רבי איז ווען א קינדערלאזע אלמן.

ג. פשוטע אינגעלייט וועלכע ווילן וויסן דאס אמת.

פאר גרופע א' דארף מען נישט מסביר זיין וואס דא גייט פאר, ווייל עס טוט זיי וויי.

פאר גרופע ב' איז א שאד מסביר זיין, ווייל זיי ווילן סיי ווי  נישט הערן.

פאר גרופע ג' וועלן מיר מסביר זיין זייער בקיצור.

בני ברק איז געפארן על מי מנוחות פאר 20 יאר, חזקל ראטטער פירט די קהילה אנגעלעגנהייטן, און חיים הערש נעמט קעיר פון די רוחניות + נעמען די רבנים אין בני ברק לטובתנו.

ויהי היום, איינע פון חיים הערש קינדער זענען אויפגעוואקסן און ער האט זיך צושריגן אויף חזקל ראטטער נאך זיין שבע ברוכות הייתכן מ'האט פארגעסן צו רופן דעם חתן פארדעם און אים אנגערופן מיט קולות אז די רבי ווארט שוין אויף אים. א נערמאלע מענטש וואלט זיך אדער אפגעווישט די נאז, אדער געמאכט ריגעלע ריגעלע רוגז. אבער נישט חזקל ראטטער.

ער האט געשוואוירן נקמה אין יענע קינד, און ער האט אים אנגעהויבן רודפן כאילו ער איז דעם שטן אליינס.

חיים הערש האט נישט געוואלט זיך צוקריגן מיט חזקל, אבער אויך נישט גיין קעגן זיין אייגענעם קינד, איז ער געשטאנען אין די זייט. און דאס איז געווען א גרויסע עוולה אין די אויגן פון חזקל.

אזוי איז די גאנצע זאך געגאנגען מטה מטה, ביז די שמחה אין ירושלים ווי עס האט געפלאצט.

וואס וויל חיים הערש? אלעס איז גוט געווען ביז תשע"ז, א חוץ לאז אפ מיינע קינדער. קענסט פירן די מוסד, די קהילה, די בית המדרש, וואס דו ווילסט און איך וועל דיר שטיין צו די רעכטע האנט.

וואס וויל חזקל? ארויסטראגן חיים הערש פון שטאט.

דא האט מען שוין אריינגעמישט דעם רבין, מחמת כבודו וועלן מיר נישט אריינגיין מיר באריכות, נאר פשוט זאגן אז מפארקויפט אים שקרים וכזבים וואס די האר קען זיך אויפשטעלן.

חיים הערש איז דא אין אמעריקא יעצט, יעדער קען אנרופן אליעזר האגער און ער וועט זאגן עדות, די דאקטאר ערלויבט נישט חיים הערש צו פארן אויף א פליגער, ער דארף אדורכגיין באהאנדלונגען דא אין אמעריקא.

ווער זאגט אז איך בין גערעכט?
שלום אלעזר וועט זיין א ראיה. ער וויל דאך זיכער נישט זיין רבי אין בני ברק. פארוואס פייניגט מען אים? פארוואס האט בנציון אברהם כהן געגנבט פון אים זיין קאמפיוטער? פארוואס האט מען נישט געגעבן א דין וחשבון ווי די געלט גייט (די לעצטע דריי וואס ער האט געזעהן, פעלט גרויסע געלטער)? פארוואס פירט מען א מערכה מיט אים? וואס האט ער געטוהן?

די ברך משה האט געהאט 7 קינדער. וויל מען באמת אז די רבי זאל נישט גוט לעבן מיט קיין איינס? וואס האט שלום אליעזר חוטא געווען?

*הכחשת השמש בצהרים #3*

אזוי ווי אונז זעמער אז די טעראריסטן פון בני ברק צוזאמען מיט זייער נער פון וויליאמסבורג הרשי זילברשטיין האבן זיך געבראכן, און מוזן נעבעך פארענטפערן דע ריכטיגע מעלדונג פאר די תומכי ייטב לב וואס פארשטייען זייער גוט פון וואס מערעדט דא, און ווילן נישט זיין א חלק און די מעשים הפשע וואס ווערט דורך געפירט, וועלן מיר געבן צו פארשטיין נאך עטליכע נקודות.

קודם מיז מען פארשטיין אז די *כת מבזי רבינו* דרייען אן אגאנצן צייט צו אריין מישן דע פאליטיק פון בני ברק מיט די גאנצע משפחת מייזליש החשובה, איז ווילן מיר קלאר מאכן, דעס אז משפחת מייזליש גייען נעבעך אריבער רדיפות פאר די עוון פון מיט שטיין מיט כ"ק רבינו שליט"א און אלע שווערע יארן איז א ווייטאג פאר זיך, דעס אז מענעמט דעם רבין און מען צוטיילט עם מיט זיין אייגענע משפחה וואס האבן זיך מקריב געווען פאר עם אלע יארן איז א שאנד פאר זיך, און באמת קוקן זיי יעצט צו ווי שיין דע זאליס זענען מכבד יעדן וואס איז מיט געגאנגען מיט זיי, און נאר ביי אונז נעבעך מיינט מען אז מעמוז יעדן צוטרעטן ווייל ער זאל חלילה נישט אויפהייבן די קאפ, און מיינט נישט אז דעס איז חלילה דעת קדשו פון רבינו שליט"א דעס איז דע זעלבע מענטשן וואס מיר אלע האבן וויטאג אויף זיי שוין יארן לאנג, סאיז נישט ווייט ביז ווען זיי וועלן מאכן די זעלבע זאך מיט הרה"צ ר' שלום אליעזר שליט"א און מיט אלע בני רבינו שליט"א.

די מערכה קעגן דעם טעראריסט חזקל ווערט אונגעפירט דורך די הונדערטער אנ"ש פון בני ברק וואס ברעכן שוין פון די מיסע מעשים פון דעם טעראריסט חזקל, און וויפל זיי ווילן פארקויפן פאר דע עולם אז די קינדער פונעם ראש ישיבה טוהן אלעס דארף דער עולם וויסן אז דע שקרים קען מען נישט פארקויפן פאר די עולם וואס הערט אלעס, דער עולם און אמעריקה זענען נישט קיין קליינע קעפ און מעקען זיי נישט פארקויפן שקרים.

*לענין ייטב לב:*

דאס 3'יעריגע קינד גייט נעבעך אריבער שרעקליכע פאנוגען דורך די טעראריסטן וואס גארנישט שטייט נישט און וועג פאר זייער כבוד, *זיי טוהן  א זאך וואס  מהאט נישט געטוהן ווען מהאט באשייגעצט זאלי און ראדני, אפילו דעמאלטס האבן די זאליס קיינמאל נישט געווארפן קינדער, און בני ברק ווען סאיז געווען די פאליטיק מיט טאלער וואס האט גערופן די מוסדות און בגץ האט מען אויך נישט געווארפן זיינע קינדער פון חיידער,* נאר די טעראריסטן פארשטייען אז מעמעג דאס טוהן, וואס ד"א האט מען געברענגט א שריפט פון א לויער אז דעס איז אומגעזעצלעך צו טוהן אזא זאך, מענעמט א קליין קינד וואס ווייסט ניטאמאל צו זאגן אלף בית און מעניצט עם פאר די מיסע טעראר אקציא און אלעס מיטן נומען פונעם רבין.

*מיר זאגן נאכאמל פאר די חושבע נדיבים בעם און ברחבי תבל, מוסדות יטב לב בהנהלת בנציון אברהם כהן שטיצן און פירן די טעראר און בני ברק, העלפט זיי נישט און געבט זיי נישט געלט, טוט מיט ענקערע חושבע געלט בעסערע מצוות ווי צו שטיצן די כת מבזי רבינו*. 

*זיי ווילן אז דער אינגערמאן זאל איבער בעטן חזקל פארן מוחה זיין אויף עם אז ער איז פוגע און די כבוד פונעם רבינו שליט"א און ר"י, זיי מיינען אז דער אינגערמאן איז איינער וואס האט מורא פון זייער טעראר, ניין, סי האט זיך גענדיגט די צייטן !!!*

דא זאגן מיר פאר הרשי זילבערשטיין, און יואלי דאסקאל, מיר שרעקן זעך נישט פון ענקערע באשרבונגען, אדרבה מיר ווארטן אויף נאך, שרייבטס, און מיר וועלן ענטפערן. אונז וועלן נישט שטיל ווערן ביז ווי לאנג די *כת מבזי רבינו* וועלן אראפ נעמען זייערע שמוציגע בלוטיגע הענט פון די הערליכע שיינע קהילה און בני ברק !!!

אהה, האסט געשריבן וועגן הרה"ח ר' הרשל ראטער הי"ו, איז דער עולם און אמעריקה ווייסט זייער גוט ווער ר' הערשל איז, יעדער ווייסט אז ער איז פון די עסקנים וואס האבן געבויט דעם רבינ'ס כבוד און בני ברק און חזקל האט עם באזאטיגט אלעס ווייל ער זאל מושל זיין אליין אויפן גאנצן סיסטעם  אוו בני ברק.

*מיר זאגן פאר ר' הערשל, חזקו ואמצו, שרעק זיך נישט פון די פאר אונגע ליידיגייערס וואס מיינען אז זיי פירן סאטמאר, זיי וועלן דארפן לעבן נאך 50 יאר צו קענען טוהן וואס די האסט געטוהן פארן כבוד פון רבין.*

המשך יבוא בעז"ה...

שיין זעהן מיר אויס.
מתתי דייטש (איינער האט א חשבון וויפיל מאהל ער האט שוין אנגעזעצט) שרייט אז אברהם ווידער איז א מחוצף פארן רבין ווייל ער האלט נישט אז חיים הערש וויל מאכן א מרידה.

דוד יואל קליין (קרקפתא מאן דלא מנח תפילין וואס נאר א פרענקינא האט געקענט באשטיין חתונה האבן מיט אים, ווען נישט חיים הערש וואלט ער שוין געווען זעקס מאהל גע'גט) האט אן אישוי מיט שלום אליעזר טייטלבוים אז ער וויל זיין א רבי.

יקותיאל יצחק בראך (געמאכט אויס מנהל נאכן אנרירן צו סאך קינדער) שרייט אז מנחם גרשון לעבאוויטש איז א שייגעץ פארן נישט מיט טאנצן מיט חזקל ראטער.

אשרינו

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.