רשימת הבלוגים שלי

יום שני, 16 ביולי 2018

חשובי רבני סאטמאר מחזקים את הרב מייזליש

מאת סאטמארי

פרייטיג איז פארגעקומען א אסיפה און שטוב פון הרה"ח ר' יהושע הערשקאויטש שליט"א מתלמידי רביה"ק זי"ע ומחשובי אהבת קדומים אידן און בני ברק.

ביי די אסיפה האט מען געלאדנט די פני וחשובי הקהילה וואס זענען פון 40 און העכער, ווי עס האבן זיך באטייליגט איבער 40 אידן טראץ די וואס עס קומט פאהר און די פרייטיג שעות וואס יעדער איז טרוד מיטן שבת קודש.

צום הערשט האט ארויס געברענגט הרה"ח ר' יהושע הערשקאוויטש די גרויס וויטאג וואס קומט פאהר די לעצטע יאר דעס אז די יחידים המשתלטים על הציבור האבן מחליט געווען צו באגראבן בחיים הגה"צ דעם ראש ישיבה שליט"א אלעס וועגן דעם וואס ער וויל נישט פאלגן חזקל ראטער, און דע גרויסע עוולה אז מעלאזט נישט הערן פארן רבין די דעת הקהל און נאר זיי קענען צו גיין צום רבין .

דערנאך האט גערדט הרה"ח ר' יחזקאל טעלער שליט"א מחשובי אנ"ש וחבורת אהבת קדומים, און מיט גרויס ווייטאג ארויס געברענגט די זאך אז ווען רבינו שליט"א קומט קיין בני ברק קענען נישט אנ"ש אריין גיין צום רבין און מעלאזט אים נישט הערן די דעת הקהל און אזוי איז נישט קיין ווינדער אז רבינו שליט"א זאגט זאכן וואס זיי ווילן הערן...

אזוי אויך האט גענומען די ווארט הרה"ח ר' זלמן לייב שווארץ און געזאגט אז ער האט שוין פארבירט צו מאכן שלום שוין מער ווי א האלבע יאר צוריק, און דער ראש ישיבה איז געווען גרייט אויף אלעס, אבער חזקל האט געלאזט ויסן אז ער וויל פון גארנישט הערן.

אזוי אויך האט גענומען די ווארט הרה"ח ר' ליפא ראטה און געזאגט אז ער פארשטייט נישט פארוואס קיינמאל קען מען נישט צוגיין צום רבין און זאגן וואס מעוויל, און דעס איז א געהריגע דיקטאטארישקייט פון חזקל.


אינמיטן האבן זיך אריין געכאפט אומגערופענע מענטשן צווישן זיי איציק ווייס, יואלי ווייס, הערשי הולצער און הרה"ח ר' אזיק ווייס, און זיי האבן זיך גענומען שרייען אז דע אסיפה איז א חוצפה און סאיז קעגן די הנהלה פון חזקל, דאן האבן זיך אלע עלטערע אידן זיך גענומען שרייען אז דע פארשוינען זענען די מחוצפים און זיי זענען גאר דע וואס זענען פוגע און כבוד פון רבינו שליט"א און הגה"צ ראש ישיבתינו שליט"א .

צום שלוס האט מען מחליט געווען אז מעגייט ארויס שיקן א משלחת פון 10 עלטער אידן צו כ"ק רבינו שליט"א ער סאל אויסעהרן וואס די קהילה האט צו זאגן קעגן חזקל ראטער.

די זקני הקהילה זענען ארויס פון די אסיפה מיט אויפענוג אז השלום והאמת יבואו אל מחנינו און צוריק קערן אלעס על מי מנוחות און הגה"צ דער ראש ישיבה זאל וואטער פירן די קהילה עפ"י הדרכתו הטהורה פון כ"ק מרן רבינו שליט"א.

חלק מרשימת המשתתפים באסיפה שהתקיימה היום בבית הרה"ח ר' יהושע הערשקוביץ כדי להציל את כבוד הרה"צ ראש ישיבתינו שליטא מאנשים המבזים אותו ברבים ומשמיצים אותו בשקרים וכזבים אצל רבינו שליט"א:
הרב ר' אהרון לייב בערקוביץ שוחט דקהילתינו 
הרה״ח אלימלך דוידוביץ גבאי ובעל קורא בקהילתינו
הרה״ח ר' מנדל רובין יור אירגון חסדי יואל
הרב ר יהושע הערשוקביץ
הרה״ח לייביש שוארץ 
הרב ר נח קליין
הרה״ח משה שוארץ 
הרב ר אליעזר גרין 
ר ליפא ראטה 
ר מאיר משה פרידמן 
ר יעקב ווייס בעל תפילה בימים נוראים
אברהם חיים ויינברגער מפקח ראשי בבד"ץ העדה החרדית
שלמה זלמן גראס 
מאיר הערש שוארץ מנכ"ל חברא קדישא דקהילתינו
הר"ר הערשל רוטער יו"ר וועד ההסברה
הר"ר שניאור זלמן טבק שוחט ובודק דקהילתינו
הרהח יחזקל טעלער מזקני וחשובי אנ''ש
מאיר לייפער 
אלימלך קליין
חיים פינקלשטיין 
חיים בער באנעט
מיכאל הערשקוביץ
אברהם ברוך אפל
חיים דוב בלושטיין 
יוסף מאיר וואלנער 
סנדר גרינוולד 
משה מילר יו"ר גמ"ח עזר נישואון 
דוד גרין 
מנחם מנדל שפילמן 
מרדכי שוארץ גבאי דבית מדרושינו ברמבם 
ר אברהם יעקב שוארץ בעל תפילה ימים נוראים וי"ר חסדי משה
*גרויס חיזוק פאר הגאון הצדיק ראש ישיבותינו*

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.