מאת סאטמארי
די זאליס זענען ביזי שוין 2 וואכן מיט א געפערליכע איבערקערעניש קעגן דעם כינוס כללי ביום א' שלח באולם נעסאו קאלעסיום.
אויבן אויף, פארשטייט יעדער, אז אויב מאכט עס דער צד שכנגד, קומט עס אז די אנדערע צד פארפירט דערקעגן – דאס איז נישט קיין שום חידוש בימינו אלה.
פאר דעם רייסט מען פלאקאטן, מ'ווארפט שמוציגע פאשקעווילן קעגן דעם פוסק הדור מיט קללות חירוף וגידוף ממש. – אבער דאס איז היינט נארמאל.
אנדערע גייען אביסל טיפער:
אוודאי דארף מען זיין קעגן דעם כינוס, ווייל ס'איז נאר א מאנטל פון קנאות, אבער מ'גייט נישט רעדן קיין גיוס. פארקערט, מ'וויל משתיק זיין דעם גיוס.
קומט דאך אבער ארויס דברים מלהבות אש מפה הראב"ד שליט"א שארפע דרשות קעגן די שרעקליכע גזירה פון גיוס בני ישיבות און מ'דארף אויפשאקלען כלל ישראל, און אז ביים כינוס גייט מען יא רעדן קעגן די צרה – גזירה – שמד – פון גיוס בני ישיבות אדער גיוס בנות רח"ל – בנוסף צו דעם איסור פון די שלש שבועות, און זיך פרייען מיט זייערע נצחונות, און די קליפת נגע הציונות מדור דור.
פארקערט – ס'איז דא א רעקארדינג ווי מ'הערט דעם רבי'ן זאגן ברבים אז גיוס בני ישיבות איז "יהרג ואל יעבור" – יהרוג ואל יעבור איז די שארפעטע פסק וואס איז פאראן בתורת משה. – אלזא וואס איז דער עכטער פראבלעם פון דעם כינוס. – אז מ'דארף אזוי לוחם זיין דערקעגן און זיך שפירן באדראעט. איז עס טאקע נאר פאליטיק און אני ואפסי, איז עס טאקע קינדישע דזשעלעסי אז מיין כינוס יא, דיין כינוס נישט?
דארף מען גיין אביסל טיפער צום שורש, פון וואס מ'וויל נישט רעדן.
ס'איז ערשינען אן ארטיקל אין די צייטונג א.ק. "השתקה" – וואס דער ארטיקל איז דער שורש הדבר, פון וואס מ'וויל נישט רעדן, מ'טאר עס נישט דערמאנען הויך, אז דארט שטייט קלאר און דייטליך אזוי:
"נאר אזוי האט ליידער געקענט פאסירן, אז ביי א גרעסערע עצרת איבער די גזירת הגיוס אין דער שטאט וויליאמסבורג, ליל ששי פרשת וירא תשע"ה לפ"ק איז געהערט געווארן פון א ליטוויטשן ראש ישיבה, אז די מדינה דארף נישט קיין ישיבה בחורים אין זייער מיליטער, זיי ווערן סייוויי נישט באשיצט מיט מענטשליכע כוחות, ווי מ'האט געזעהן ביי די זעקס טאגיקע מלחמה, אז פון הימל האט מען געמאכט נסים פאר די ארמיי".
ענליכס האט מען אויך געהערט ביי א צענטראל כלל ישראל פארזאמלונג בחודש אייר תשע"ב – רח"ל מהאי דעתא.
אזעלכע שרעקליכע ווערטער, אויף וואס מ'וואלט זיך געדארפט קריעה רייסן, זענען געזאגט געווארן במעמד רבים אין א מקום קדוש ווי רביה"ק זי"ע איז געווען עומד ומשמש, אן דעם וואס קיינער זאל אפילו נישט מוחה זיין אז זענען געזאגט געווארן דברי מינות וכפירה שאסור לשומען.

אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה
שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.