רשימת הבלוגים שלי

יום רביעי, 25 במאי 2016

האהרוני כעס וזעם על שקוברים את יצחק רוזנברג לצד האהל של הרבי'ס

שיחה העתק מהטעיפ אסיפה בביתו נאוה קודש כ"ק מרן רבינו שליט"א בקרית יואל, ביום ד' אמור העעל"ט לפני הלוי' של הרה"ח מוה"ר יצחק ראזענבערג ז"ל ראה"ק דקהלתינו הק'
נוכחו: ר' שמואל ווידער הי"ו, הר"ר שלום לאנדא שליט"א, ר' אלימלך דייטש הי"ו
הויז בחור: די רבי איז פארשפארט יעצט
שלום: גיי זאג פארן רבין עס איז גאר א וויכטיגע נושא
רבינו הופיע בחדרו
רבינו: איבער וואס איז דער נושא
שמואל: מען האט געוואלט איבערגעבן פארן רבין די קהל'ס מיטונג איבער..
רבינו: איך האב שוין אלעס געהערט
שלום: עס איז געווען א מיטונג ביי קהל נעכטן נאכט און מען האט באשטימט דאס פלאץ פון ר' יצחק נעבן ר' שמואל אבערלענדער
רבינו: איך האב געהערט דערפון, ר' חיים אליעזר האט גערופן און איך האב געזאגט עס איז א שיין פלאץ
שמואל: יעצט איז דא וואס ווילן..
רבינו: איך הער אז היינט צופרי האט די ח"ק אנדערש מחליט געווען, און איך האב צוגעשטימט דערצו, למעשה זיין פלאץ איז נישט דארט
שלום: די רבי כאפט נישט פון וועמען מען רעדט דא, די רעדע איז נישט פון רבינס גבאי, מען רעדט דא פון א רבי א גבאי א ראה"ק און אסאך העכער
שמואל: קהל האט דאס באשלאסן בכובד ראש, און יעדער ביי די מיטונג איז געווען איינשטימונג
רבינו: איך הער אז נישט יעדער
שלום: ביים חתם סופר איז געווען א מעשה אז..
רבינו: וואס איז געווען ביים חת"ס ווייס איך אויך
שלום: די רבי זאל וויסן לויט זיין מסירת נפש פאר אונז, קומט אים צולייגן אין אוהל גופא, מען קען נאר נישט אוועקנעמען דעם פלאץ פון רבינס משפחה
שמואל: און דאס אז ר' שמואל אבערלענדער ליגט דארט פארשטייט יא דער רבי?
רבינו: מען האט מיך טאקע נישט געפרעגט
שלום: די רבי ווייסט אז ר' יצחק האט זיך מקריב געווען פאר אונזער קהלה, קומט אים דאס שענסטע מקום אין זיין בית החיים וואס ער האט מציל געווען, ווען נישט אים האט די רבי אויך נישט קיין מקום
רבינו: פון טאטן ז"ל האב איך געהערט כמ"פ, אז ביי די פרשה פון ר' משה ארי' אין סיגוט איז אויך געווען אן התנגדות, און מען האט טאקע געלייגט דערנעבן אבער אין אן עקסטערן אוהל, און מען זעהט טאקע אזוי
שמואל: ר' אשר גבאי ליגט יא ביים אוהל
כאן הופיע הרב דקהלתינו בוומ"ס שליט"א
הרב: דער טאטע זאל זיי ארויסשיקן איך וויל רעדן פריוואט
רבינו: זיי שטערן נישט, איך האב זיי שוין געזאגט וואס מען האט צוטוען
הרב: די חברה קדישא האט קובע געווען דעם מקום הקבורה נעבן ר' דוד הויער, און די חברה ווילן...
שלום: די רבי ווייסט שוין אז קהל האט מחליט געווען כולם פה אחד..
הרב: די מחוצף פארן טאטן גיי ארויס פון דא
שלום: איך בין א מחוצף? וויפיל מאס חוצפה איז דא פונעם ישיבה לצעירים אין וויליאמסבורג פאר רבין, ווער איז דער מחוצף?
שמואל: די רב זאל זיך אראפזעצן
הרב: זאלסט פאלגן וואס מען הייסט דיר, די גרעסטע בזיונות האסטו שוין געברענגט פארן טאטן
כאן הופיע ר' יוסף ווייס מהח"ק
יוסף: איך וויל נאר איבערגעבן פארן רבין וואס די ראה"ק פון דאהי האבן געהייסן איבערגעבן, אז עס איז דא עדות וואס מען האט יעצט גובה געווען, אז ר' יצחק האט געזאגט אז ער וויל דארט נישט ליגן
אלימלך: דו שקרן, ביי ר' מרדכי דוד קאהן האסטו פארקויפט דעם זעלבן שקר פאר די קינדער, אז ער האט דיר געזאגט, דו שקרן וכזבן
שלום: זאג פארן רבין פונקטליך וויפיל געלט מען האט דיר צוגעזאגט פאר די קבורה
רבינו: דאס שטייט יא אין חתם סופר אז מען דארף באצאלן, אלע יארן האט מען דאס געוואוסט
יוסף: די רעדע איז נישט פון געלט יעצט
הרב: די טאטע זאל זאגן פאר ר' יוסף וואו מען זאל עפענען דעם קבר
רבינו: פנה לההויז בחור ואמר: רוף חיים שלמה
הויז בחור: אים שוין גערופן 3 מאל, ער הייבט נישט אויף
יוסף: די רבי איז געווען אויפן טעלעפאן פריער ביי די מיטונג
רבינו: איך האב געזאגט איך לאז חברה קדישא זאל אליין מחליט זיין
הרב: די טאטע האט געזאגט היינט צופרי אויפן טעלעפאן פאר...
שלום: שוין ווייטער ביזטו א מחוצף פארן טאטן
רבינו: איך האב געזאגט אז עס פאסט נישט דאס פלאץ דארט אויבן
שלום: די רבי פארשטייט נישט אז דאס אליין אז מיר קענען יעצט דן זיין בכלל איבער א פלאץ אין דעם בית החיים, איז נאר יצחק צו פארדאנקן
הרב: זייט ווען איז קהל מחליט וואו מען זאל לייגן?
שלום: זייט ווען איז דער רב מחליט וואו מען זאל לייגן?
שמואל: דער רבי דער ברך משה האט זיך קיינמאל נישט געמישט איבער פלעצער אין ביה"ח
הויז בחור: ר' שלמה ווערצבערגער האט גערופן אז מען דארף שוין גיין
רבינו עזב האסיפה, ושומעים קולות בין הרב שליט"א ור' יוסף ווייס על ר' שלום לאנדא

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.