רשימת הבלוגים שלי

יום חמישי, 24 באוקטובר 2013

פשקווילים נגד תולדות אהרן בווילימסבורג




אזוי וויא דעם קומעדיגען שבת פרשת חיי שרה גייט כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א פראווען אין וויליאמסבורג במעמד אלפי אלופי ישראל (דער סאטמארער רז"ל איז אין מיאמי ביעטש)

האט סאטמאר אהנגעווארםן די גאנצע גאס מיט שרעקליכע פאשקווילען קעגען תולדות אהרן
ווייל סאטמאר האט א פינסטערע שנאה קעגען יעדען רבין און גדול
נעכטן האבען זיי גערודפט דעם משפיע פון ירושלים הרב צבי מאיר זילברברג וואס האט געהאלטן א דרשה אין פאפער גרויסן בית מדרש
זיין חטא איז ווייל ער דערמאנט אנדערע גדולים אויך אזוי וויא דעם קלויזענבארגער אדער הרב אלישיב
די ארטסקרולל ש"סען קען מען נישט געפינען אין די סאטמארער בתי מדרשים ווייל ער ברענגט הסכמות פון אנדערע גדולי ישראל וואס שטימען נישט בלינדערהייט אלעס וואס סאטמאר זאגט
ממילא האבען זיי זיך יעצט גענומען אויף זייער אייגענעם
דער תולדות אהרן רבי וואס איז מקודש ונערץ ביי כמעט אלע נארמאלע סאטמארע קרייזען
די גרעסטע מילליאנערן אין סאטמאר שטיצען עהם מיט פאנאטאסטישע סכומים
מיט די פאשקווילן מאכען עהם זיי נאר גרעסער
סאטמאר האט אויפגעבויעט "בעלז" פאר א וועלט אימפעריא מיט זייער משוגענע טאקטיקן פון פאשקווילען און רציחה

סאטמאר האט געמאכט הגאון ר' פישל הערשקאוויטש שליט"א פאר איינעם פון גדולי הדור מיט דעם וואס זיי הייסען זייערע בחורים סטודענטן נאכשרייען יעדען שבת אלע מענער און פרויען וואס פאלגען דעם פסק פון ר' פישעלען לגבי דעם עירוב . זיי נוצען אויס די אומוויסענדיגע בחורים פאר זייער געווער קעגען די וואס ווארפן זיך נישט אונטער אונטערן טעראר פון סאטמאר
אבער נאכן באפלייצען די גאסען מיט זייערע פאשקווילען האבען זיי באקומען א ענטפער
מדה כנגד מדה אז זיי האבען זיך געקראצט
דא האט איר ביידע פאשקווילן וירא הקרהל וישפוט

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.