מיר באגריסן די אלע וואס זענען ערווארטעט זיך אהער צוציען פון ניו יארק סיטי צוליב די ערווארטעטע געווינס פון מאמאדאני.
ביטע נעמט אבער אין אכט געוויסע זאכן וואס דא איז אנדערש ווי ניו יארק.
- דא וואוינט מען אין הייזער, נישט פארקוועטשטע אפארטמענטס.
- דא לייגט מען אריין די גראבעדזש אין קאנטעינערס, מען שיסט עס נישט סתם אראפ.
-דא קען מען דיר אנקוקן מאדנע אויב די האסט פורפעל האר מיט 7 נאז-בענדער.
- דא נעמט מען נישט פון א געשעפט אהן באצאלן, און אויב יא, גייט מען אין טורמע.
- דא אויב מען שלאגט א פאליציאנט גייט מען אין טורמע.
- דא גריסט מען פאליציילייט, נישט מען שפייט אויף זיי.
- דא קען מען נישט אויפנעמען קיין אומלעגאלע בירגער אלס ארבעטער.
- מען קען דא נאר שטימען אין א עלעקשאן 'איין' מאל.
- אומלעגאלע בירגער קענען דא נישט שטימען.
- דא קענען וואוינען אנדערע ראסעס אלס שכינים בשלום איינער מיט די אנדערע.
- דא קענסטו ארויסגיין ביינאכט איינער אליינס און דארפסט נישט מורא האבן אז די גייסט ווערן געשאסן, באגנבעט, אדער געקידנעפט.
- דא ... מען נישט אויף די גאס.
- פובליק טראנספארטאציע איז מער ווייניגער פארזיכערט.
- א איד קען גיין מיט א קאפל אין פובליק און דארף נישט מורא האבן אז ער גייט ווערן באשריגן.
- אויב די שפאצירסט דריי גאסן און די שמעקסט נישט קיין דראגס מיינט נישט אז די חלומס'ט... עס מיינט בלויז אז קיינער האט טאקע נישט גערייכערט קיין דראגס.
- דא שלאפט מען נישט אויפן גאס אדער אין קיין פארק'ס.
- דא גייט דיר נישט די רעגירונג איינטיילן וויאזוי צו מחנך זיין דיינע קינדער, ביסט אליינס אחריות אויף זייער חינוך.
- אויב מען רופט 911 קומען זיי טאקע אהן...
- דא קומסטו אהיים מיט 85 פראצענט פון דיין פעיטשעק סוף וואך, נישט 52 פראצענט.
- די ראַטן אויף די גאסן וואס די גלייכסט אזוי שטארק? דא איז נישטא צו סאך דערפון.
- דערשרעק דיך נישט ווען די זעסט מענטשען מיט געווער, דא איז עס נארמאל.
- דא ווערט מען נאך אויפגעשוידערט ווען מען הערט איבער א שיסעריי.
- דא קענען רוב תלמידי תורה נישט מאכן קיין טשערידי קאמפיינ'ס, ווייל עס איז זייער גרינג צו באקומען רעגירונג פאנדינג פאר פריוואטע שולעס.
- צוליב די ווייניג טראפיק עסט מען דא פרישטאג, לאנטש, און סאפער !!

אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה
שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.