רשימת הבלוגים שלי

יום שני, 1 באפריל 2024

הילד מאיר דב ע"ה תלה את עצמו כי האמא לא נתנה לו לראות את האבא


בילד פון די לעצטע מאל וואס די יונגל מאיר דוב גאלד ע'ה האט געזעהן זיין באליבטע פאטער ר' יוסף גאלד, פאר 4 יאר צוריק ביי קאוויד ווען ער איז געווען 9 יאר אלט, ווען די טאטע איז אריבערגעפארן א פארק אין וויליאמסבורג און מאיר דוב האט אים באמערקט, און ער איז מיט איין שמחה איז צוגעלאפן מיט א ריזיגע שמייכל און ארויפגעטאנצן אויפן געיט און געשריגן מיט איין שמחה "טאטי!", ביז מ'איז אים שנעל געקומען אוועקשלעפן....

ר' גרשון מענדל טויב פון לב לילד דערציילט, אז די בחור'ל  מאיר דוב האט געאוטריעטשט אפאר וואכן צוריק אז ער האלט עס מער נישט אויס און ער וויל זעהן זיין טאטע, צו ער קעןאים העלפן, און אויך צו ער קען קומען צו די לב לילד שבת וואס איז פארגעקומען פאריגן שבת פר' צו, אבער ליידער האבן זיינע נענטסטע וואס "האבן זיך געזארגט פאר זיין וואוילזיין" זיך געשטעלט אין די לענג און ברייט אז דאס זאל נישט פאסירן, און ער זאל זיך נישט קענען טרעפן מיטן טאטן. (ר' גרשון מענדל זאגט אז ער האט געהאט ביי די לב לילד שבת נאך 12 יונגלעך וועלכע מ'לאזט זיי נישט זעהן אדער רעדן צו זייער טאטע).

א שכן פון די מאמע (אין 99 ווילסאן סט.) דערציילט, אז די מאמע האט לעצטענס זיך 'אפגערעדט' פאר איר, אז זי ווייסט נישט וואס צו טון, ווייל די קינדער פארפירן לעצטענס געפערליך אז זיי ווילן גיין צו די טאטע, און זי קען זיי נישט שטיל מאכן... (די בחור'ל מאיר דוב איז שוין שטיל... פאר אייביג........ די שאלה איז נאר צו כלל ישראל וועט חלילה אויך בלייבן שטיל?! און צו די זעלבע טרויריגע ענדע וועט זיך איבערשפילן ח"ו מיט זיינע צוויי שוועסטער'ס און מיט נאך צענדליגער אזעלכע קינדער היל"ת?)

ר' וואלף זילבערשטיין מיט נאך חברי החברה קדישא זענען אריין צו אדמו"ר מהר"יי מסאטמאר און באשטעטיגט די גראפישע סצענע וואס זיי האבן ליידער מיטגעהאלטן און געזעהן מיט די אויגן.

וירא הקהל וישפוט, מ'מוז אפשטעלן די רציחות איינמאל פאר אלעמאל, ס'זאל חלילה נישט זיך נאכאמאל איבערשפילן די זעלבע..!

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.