רשימת הבלוגים שלי

יום שישי, 10 במרץ 2023

אין שום יאוש:


 אין שום יאוש:
שבת פרה די פרה אדומה איז מכפר אויף די ערגסטע עבירות שטייט אין די מדרשים פארוואס האט יום כיפור נישט מכפר געווען און מען האט געדארפט האבן א פרה אדומה ? נאר היות סאיז דא אזאכע עבירות וואס יום כיפור איז נישט מכפר אויף דעם האט געהאלפן די פרה אדומה 
🔥🔥🔥🔥🔥🔥
 די וואך שבת פרה האט א כח פין יום כיפור און נאך העכער צי מכפר זיין און מטהר זיין פין אלע עבירות וואס יום כיפור איז נישט מכפר

נאר עס קען זיין נאך א רמז מיר ווייסען אז יום כיפור איז נישט מכפר אויף עבירות בין אדם לחברו און מען זעהט ביי פרה אדומה האט געדארפט זיין די אפר פרה מיט אזוב מיט שני תולעת די אלע 3 זאכן ווייזט אויף ענווה און שפלות 
❤‍🔥❤‍🔥❤‍🔥❤‍🔥❤‍🔥❤‍🔥❤‍🔥
 צי מרמז זיין אז צי ווערען ריין פין עבירות בין אדם לחברו וואס יום כיפור איז נישט מכפר איז נאר אויב די וועסט האבן די מדה פין ענוה ושפלות ווייל ווען א מענטש איז ביי זיך גארנישט טשעפעט ער קיינעם נישט און קיינער קען אים נישט טשעפענען ווייל מיט א גארנישט קען מען זיך נישט קריגען

שבת פרה זאת חקת התורה גזירה הוא מלפני ואין לך רשות להרהר אחריה די וואך שבת קען מען זוכה זיין צי די אמונה און דינען דעם אייבערשטען אן קיין קשיות חק בלי טעם 
🔥🔥🔥🔥🔥🔥🔥
 און דאס איז דער סוד פין פרה אדומה דאס איז דער גרעסטע טהרה וואס רייניגט דיך אפ פין אלע שמיץ און טומאה אז די בוסט מקבל אלעס באהבה און פרעגסט נישט קיין קשיות

יסודות אין אמונה אן דעם קען מען בכלל נישט לעבען דער הייליגע בעל התניא שיינט אריין די אמונה בהשם יתברך אז אפילו ווען א מענטש א בעל בחירה טיט דיך שלעכטס זאלסטו גלייבן אז דאס איז א גזירה מן השמים דער אייבערשטער גיט יענעם כח דאס צי טאן 
🔥🔥🔥🔥👆🔥
 און יענער מענטש איז נאר א שליח פינעם אייבערשטען און זיי נישט אין כעס אדער פארווייטאגט אויף יענעם נאר זיי מקבל באהבה אלעס וואס דער אייבערשטער מאכט מיט דיר דער אייבערשטער רעדט צי דיר און עס איז נאר לטובתך אלע שוועריגקייטן פרעג נישט קיין קשיות זיי בשמחה און שטארק דיך מיט אמונה

באמת זענען מיר בכלל נאך נישט פערטיג מיטן יום טוב פורים אלעס איז א הכנה צים יום טוב פסח מיר האלטן אינמיטען די הייליגע ד פרשיות אלעס איז איין המשך צי זיך מקדש ומטהר זיין פין אלע טומאת ובפרט אז מיר גרייטען זיך צים גרויסען שבת פרה שבת פין טהרה דער עצם השבת איז מטהר ומקדש יעדען איד פין די גרעסטע טומאה ובפרט פין דער אבי אבות הטומאה פגם הברית 
🔥🔥🔥🔥🔥🔥🔥
 און אזוי וועלען מיר זיך גרייטען צים יום טוב פסח עס זאל זיין מצות תאכל במקום קדוש יעדער איד וועט זיין א מקום קדוש צי עסען די הייליגע מצות און דעם קרבן פסח במהרה

דער הייליגע חסד לאברהם זאגט אז יעדען טאג פין די 30 טעג צווישען פורים און פסח גייט יעדער איד ארויס א דרייסיגסטעל פין קליפת מצרים אן גארנישט טאן דער אייבערשטער שלעפט אונז פשוט ארויס פין מצרים, אונזער גאנצער גלות יעצט איז דאך נאר א המשך פין גלות מצרים 
🔥🔥👏👏👏🔥🔥
 און אונזער עבודה אין די טעג איז פשוט נישט מקלקל זיין די אורות פין פורים און עס ממשיך זיין צי שבת פרה און החודש סאיז אלעס איין גרויסע קשר צי זיך הייליגען און רייניגען צים הייליגען יום טוב פסח צים ליל התקדש חג

די פסוק אין מגילת אסתר וואס אסתר המלכה זאגט ואני לא נקראתי לבא אל המלך זה שלושים יום דאס איז געזאגט געווארן אויף די 30 טעג פין פורים ביז פסח ווייל אסתר המלכה איז אריין צים קעניג דעם ערשטען טאג פסח 
🔥🔥🔥🙏🙏🙏🔥🔥🔥
 זעהט מען אז די יעצטיגע 30 טעג איז א שטארקע זמן צי ווערען נענטער צים הייליגען באשעפער און ארויס גיין פין מצרים

טייערע חברים דעם שבת קודש האט מען א מתנה ממש א יום כיפור 
🔥🔥🔥🔥🔥🔥🔥
 אזוי זאגט דער הייליגע אהבת שלום מקאסוב זצוק"ל אז דער שבת פרה האט א כח צי מטהר זיין פין יעדע עבירה פין דער גרעסטע טומאה אזוי ווי דער פרה אדומה האט מטהר געווען 
🔥🔥🔥🔥🔥🔥🔥
 און טיישט אריין אין רש"י הקדוש וואס זאגט אויף פרה אדומה אין לך רשות להרהר אחריה אז אזוי ווי יום כיפור קען דער שטן נישט מקטרג זיין דאס זעלבע שבת פרה קען דער שטן נישט מקטרג זיין אמן כן יהי רצון א שבת מען ווערט ריין פין די ערגסטע עבירות אזוי ווי יום כיפור

לטהר טמאים לטמא טהורים באומר קדוש 
🔥🔥🔥🔥
 די הלכות פין פרה אדומה לערענט אונז אז א כהן וואס איז זיך נישט גרייט זיך מטמא צי זיין פאר א צווייטען איד ער קען נישט מטהר זיין א צווייטען איד 
❤‍🔥❤‍🔥❤‍🔥❤‍🔥
 טייערע ברודער טויזענטער אידישע קינדער ווארטן אז מענטשען זאלן זיי מקרב זיין און מטהר זיין אבער אונז דארפן זיך שמיציג מאכן און אריין גיין אין בלאטע זיך אראפ לאזן צי קענען העלפען אידעשע קינדער ווער איז גרייט ?

קענסט נישט ארויס שלעפען איינעם וואס איז אין בלאטע נאר אויב די גייסט אריין אין די בלאטע אים ארויס שלעפען 
🔥🔥🔥🔥
דאס איז דער סוד פין טהרה פרה אדומה די כהנים האבן זיך אראפ געלאזט צי די בלאטע פין אידישע קינדער און אזוי זיי אויפגעהויבן צים אייבערשטען און מטהר געווען 
❤‍🔥❤‍🔥❤‍🔥❤‍🔥
דאס איז דער עצה אויב ווילסטו יענעם מקרב זיין לאז דיך אראפ צי אים און גיי אריין אין זיין מצב זיי גרייט שמיציג און טמא צי ווערען און אזוי וועסטו קענען העלפען און מקרב זיין אידישע קינדער

מוירעדיגע נועם אלימלך פרשת חקת אז דאס אז תשובה העלפט און מען קען מיט אביסעל אפר פין פרה אדומה מטהר זיין א מענטש פין די ערגסטע עבירות די גרעסטע טמאה דאס איז פשוט אז א איד קען אייביג תשובה טאן און מיט א קלייניגקייט קענסטו פארעכטען 
🔥🔥🔥🔥🔥
 נאר וואס דען איז דער חק בלי טעם ? זאגט דער הייליגער רבי רבי אלימלך מליזענסק אז דאס אז א איד זינדיגט און פאלט אראפ דאס איז א חידוש עצום וואס דער אייבערשטער פירט אזוי צי ווייזען אז מען קען יא תשובה טאן 🔥🔥🔥🔥

שבת פארן גרויסען יארצייט פינעם רבן של כל ישראל לאמיר לערנען זיין הייליגע תורה מיט אזאכע מליצות אויף כלל ישראל*🔥🔥🔥
קוקטס אריין ווי שיין דער הייליגער רבי רבי אלימלך מליזענסק טייטש אריין אז דער חוקה דער חק בלי טעם גייט ארויף אויף די עבירה ווייל דער אייבערשטער מאכט אז א מענטש זאל זינדיגען כדאי צי ווייזען אז עס העלפט תשובה 
🔥🔥🔥💪💪
*דאס איז אזא הייליג הימלישע פייערדיגע ווארט יעדער איד דארף דאס טראכטן פאר זיך אז אלע מיינע ירידות דאס איז א חק בלי טעם עס האט נישט מיט מיר נאר דער אייבערשטער האט דאס געפירט כדאי מיר צי ווייזען אז אפילו איך קען תשובה טאן און דאס איז מגלה די גרויסע רחמנות און ליבשאפט פינעם הייליגען באשעפער צי אידישע קינדער

ליקוטי מוהר"ן תנינא תורה ז די רבי איז מסביר אז משה רבינו האט מגלה געווען נאכן חטא העגל אז א אידיש קינד האט נישט קיין שום שייכות מיט א חטא און א איד קען דאס נישט איבער טראגן דאס שווערסטע יסורים פאר א איד איז אויב ער פאלט אריין אין חטאים ווייל א אידיש קינד קומט פין אזא הייליגע פלאץ אז ער קען נידט פארטראגן עבירות 
🔥🔥🔥💪💪💪🔥🔥🔥
ממילא האט מיט דעם משה רבינו מעורר רחמים געווען אויף כלל ישראל נאכן חטא העגל און געפויעלט א תיקון און א תשובה און א פרה אדומה פאר כלל ישראל ווייל א איד האט מיט א חטא נישט קיין שום שייכות א איד איז קודש קדשים

אם אתה מאמין שאפשר לקלקל תאמין שאפשר לתקן מיט די זעלבע אמונה וואס די גלייבסט אז דיין עבירה האט אנגעמאכט א חורבן כאטש די זעהסט גארנישט אבער דער שטן מאכט זיכער זאלסט ווערען גוט ציבראכן ווייל דעמאלטס לאזט ער דיך גלייבן אין העכערע זאכן אז ווען די זינדיגסט געשעהט עפעס אין הימעל 
🔥🔥
תאמין שאפשר לתקן מיט די אמונה גלייב אז די קענסט אלעס פארעכטען, תשובה איז אסאך א שטערקערע העכערע כח ווי די ערגסטע עבירה, אבער דאס לאזט שוין נישט דער שטן זאלסט גלייבן ווייל ער וויל דיך האבן אין זאק מיט זיין בעצבות אבער לאז דיך נישט און גלייב יא שאפשר לתקן בזכות שבת פרה

און פאר דעם קען זיין אז דער אייבערשטער האט געמאכט אזא תיקון פין פרה אדומה א חק בלי טעם וואס מיטן פשוטן שכל קען מען דאס נישט פארשטיין ווי אזוי אביסעל אפר פין פרה אדומה קען דיך מאכן ריין פין די ערגסטע עבירות און בזמנינו אז שבת פרה גייט דיך טאקע ריין מאכן פין אלע חטאים 
🔥🔥🔥🔥🔥🔥
אבער דאס דווקא איז דער תיקון אז די גלייבסט מיט אמונה שלימה אן קיין טראפ אייגענע פארשטאנד אז יא דאס מאכט מיך הייליג און דורך דיין אמונה וועסטו האבן דעם תיקון וטהרה פין שבת פרה

די וואך פרשת כי תשא שטייט די גאנצע פרשה פינעם חטא העגל דער גרעסטע ירידה פין כלל ישראל נאך שטייענדיג ביים בארג סיני אזוי שרעקליך אראפ געפאלן מיט עריות און עבודה זרה ממש א פחד 
🔥🔥🔥🔥
אבער אין די זעלבע שבת גלייך ווען מען ענדיגט ליינען פרשת כי תשא וועט מען ליינען די פרשת פרה אדומה דאס קומט אונז לערנען אז תכף נאכן גרעסטען דורכפאל מיט די ערגסטע עבירות קענסטו גלייך תשובה טאן אם ישוב מיד תקבלו דער אייבערשטער איז דער גרעסטער בעל רחמנות און ער איז אייביג גרייט אנצינעמען דיין תשובה

ווי דער הייליגער רבי משה מקאברין האט געזאגט אז ווער עס קען נישט נאך א שווערע עבירה מיטן בלוטיגען מעסער אין היינט זיך שטעלען דאווענען א מנחה אזוי ווי נעילה יום כיפור דער האט נאך נישט אריבער געטרעטען דאס שוועל פין חסידות 
🔥🔥🔥🔥
דאס מיינט אויב גלייבסטו נישט אז אפילו די בוסט נאך שמיציג פין די עבירה קענסטו יענע רגע ממש זיין קנעקטעט צירוק צים אייבערשטען אויפן העכסטען דרגה איז האסטו נאך בכלל נישט קיין השגה אינעם אור פין חסידות וואס דער הייליגער בעל שם טוב הקדוש האט מגלה געווען אז דאס רחמנות און ליבשאפט פינעם אייבערשטען צי יעדען אידיש קינד איז בלי גבול

און פארדעם האט דער אייבערשטער געמאכט אז כלל ישראל וואס זענען געווען נאך פסקה זוהמתן יעדער איד איז געווען קודש קדשים און מען איז נאך געשטאנען ביים בארג סיני און דאך איז מען אזוי מיס שרעקליך אראפ געפאלן אלעס כדאי צי ווייזען דער כח התשובה 
🔥🔥🔥💪💪💪🔥🔥🔥
איז כל שכן אונז וואס מיר שטייען נישט ביים בארג סיני און מיר האבן נישט משה ואהרן, נאר מיר זענען אזוי לאנג אין גלות צווישען די טמא'נע גוים אין אזא גרויסע הסתרה שבתוך ההסתרה איז דאך זיכער אז דער אייבערשטער נעמט אן אונזער תשובה און אז שבת פרה האט די כח אונז צי ריין וואשן פין אלע פגמים

אונז גייען אריין אין זייער א גרויסע הייליגע שבת אזא געוואלדיגע פרשה די וואך ווערט דערמאנט שטארק די מצוה פין היטען שבת און דער שרעקליכע עונש ווער עס היט נישט שבת מחלליה מות יומת ווייל פשוט א איד וואס היט נישט שבת איז אפגעהאקט פין זיין הייליגען שורש ממילא שטארבט ער ווייל ער האט נישט פין ווי צי שעפען חיות 
🔥🔥🔥🔥
עס קען זיין אז פיזיש לעבט ער, ער אוטעמט נאך אבער גייסטיש איז אזא איינער אפגעשטארבן דרייעט זיך ארום דיפרעסט אן קיין טראפ חיות, אבער דער וואס היט שבת איז אים דער שבת משפיע סיפוק און חיות און אלע השפעות טובות

אויך האמיר די וואך אין די פרשה די גרויסקייט פין משה רבינו ווי ער שרייעט און רייסט איין פאר אידישע קינדער און זאגט פארן אייבערשטען מעק אויס מיין נאמען פין די גאנצע תורה אויב בוסט נישט מוחל פאר כלל ישראל און די וואך שטייט אויך די י"ג מדות של רחמים 
🔥🔥🔥🤲🤲🤲🔥🔥🔥
אוי הייליגע באשעפער ווי האבן אונז היינט אזא געטרייע מנהיג רחמן ווי משה רבינו וואס דארף גארנישט פאר זיך און נישט פאר זיינע אייגענע קינדער, נאר 1 זאך וויל ער אפהיטען כלל ישראל און אפילו נאכן שווער זינדיגען רייסט משה רבינו איין ביים אייבערשטען ביז ער האט געפויעלט דעם סלחתי כדבריך

עס שטייט פין תלמידי בעל שם טוב הקדוש אז שבת פרה איז געווען א ענין צי פארן צי א צדיק אויף שבת ווייל עס שטייט אין פרשת פרה והובא אל הכהן מען דארף גיין צים צדיק זיך אנזאפן פינעם כח הצדיק וואס איז משפיע דעם טהרה און ענווה ושפלות פין פרשת פרה אדומה 
🔥🔥🕯️🕯️🕯️🔥🔥
 איז לאמיר זיך דעם שבת קודש מקשר זיין צי משה רבינו און אלע צדיקי אמת וואס האבן מעורר רחמים געווען כסדר פאר גאנץ כלל ישראל, און האבן מגלה געווען דעם נקודה הפנימית פין יעדען איד איז קודש קדשים און אזוי וועלען מיר זוכה זיין דעם הייליגען גרויסען שבת פרה צי קדושה וטהרה און אלע השפעות טובות

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.