*שאק און שוידער: שבת קודש פרשת ראה וועט באשריבן ווערן אלס א פינסטערע שבת אין די היסטאריע,*
רח"ה
מייזליש האט מגלה געווען זיין חוצפה'דיגע פרצוף לעיני כל הקהל, בו בזמן
וואס רבינו שליט"א האט אים קלאר מודיע געווען אז עס איז דא די ביהמ"ד זכרון
מאיר דארט ווי ער פלעגט דאווענען אלע יארן, און דארט קען ער ווייטער
דאווענען און בלייבן מיט אלע כיבודים אזוי ווי ביז היינט, [און ווי רבינו
שליט"א האט געטענה'ט אגאנצע צייט אז ער דארף איהם נישט מער געבן ווי פאר
זיינע אייגענע קינדער, וואס ד.מ. א ביהמ"ד מיט אלע כיבודים] אבער דער בעל
תאווה זאגט אן קיין בושה " *כולה שלי* " ער איז נישט גרייט אז דער רבי זאל
איהם איינטיילן וואס צוטוהן.
דעם שב"ק האט די
עולם געכאפט א שאק ווען רח"ה מייזליש איז אנגעקומען מיט זיינע שלעגער'ס און
בריונים פרייטאג צונאכט'ס אין ביהמ"ד, דער ערליכער ציבור האט געכאפט א עקל
און א גרויל ווי אזוי ער איז מסוגל צו משפיל זיין דעם רבי'ן עד לעפר.
עס
איז וויכטיג צו איבערגעבן אז זייט יו"ט פסח דאווענט רח"ה מייזליש ביי זיך
אין שטוב ווי כאילו וועגן די תירוץ אז עס איז דא די וויירו"ס, אבער אלע
יודעי דבר האבן איבערגעזאגט פון די אלע בריונים און פון זיינע בנים
משחיתים אז רח"ה מייזליש פלאנט אריינצוקומען אין ביהמ"ד אין שיכון און
אייננעמען די ביהמ"ד, אבער זייער אסאך מענטשן האבן געזאגט אז עס גלייבט זיך
נישט אז ער אליינס וועט זיין גרייט זיך ארויסצושטעלן ווי א מחוצף ועז פנים
פארן רבי'ן בריש גלי, *אבער אשר יגורנו בא* אין דעם שב"ק האט זיך ארויס
געשטעלט די פינסטערע בילד אז ער אליינס איז גרייט זיך ארויסשטעלן ווי א עז
פנים.
רח"ה מייזליש איז אנגעקומען פרייטאג
פארנאכט'ס אין באגלייטונג פון זיין גרופע שלעגער'ס און זיך געשטעלט ביי א
סטענדער, און ער איז געקומען שבת צופריה, און ער איז מיט א פרעכע חוצפה
צוגעגאנגען אנטוהן די קרוין פאר'ן ספר תורה, און מיט א בלעכענע פנים
צוגענומען די "עליה שישי" פונעם דיין שליט"א וואס דער רבי שליט"א האט קלאר
געהייסן אז דער דיין שליט"א זאל באקומען שישי.
אזוי
אויך איז ער געקומען פירן שלש סעודות אין ביהמ"ד, בשעת ווען ס'איז דא אין
די לעצטע וואכן א החלטה פון די "וועד הקהילה" נישט צו פירן קיין שלש סעודות
אין ביהמ"ד, און ער האט געזאגט ה' מלך מיט די גרעסטע מאס חוצפה.
ווי
פארשטייט זיך אז רוב בני הקהילה זענען דעם שבת אוועק געגאנגען פון ביהמ"ד
ווייל זיי האבן נישט געוואלט זיין א חלק אין די **מרידה אין רבינו שליט"א*
און עס בלוטיגט דאס הארץ צו זעהן ווי אזוי אזא מחוצף וגס רוח איז גרייט צו
צוטרעטן דעם רבינ'ס כבוד לעיני כל ישראל.

אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה
שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.