רשימת הבלוגים שלי

יום רביעי, 13 במאי 2020

הזאלוני קרא למלמדים להחזיר את החינוך הסאטמארי למתכונתו

בליל לג' בעומר האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א  אנגעצינדען די הדלקה אויף
א פריוואטע פארנעם מיט די באטיילעגונג פון די מנהלי הישיבות. צווישן
אנדערע האט דער רבי אויפגעטראטן מיט דברים חצובים בנוגע די יעצטיגע מצב
אין וואס כלל ישראל געפונט זיך, ארויסברענגענדיג די שווערע פארלוסטן
בגשמיות מיט אזויפיל אידישע קרבנות און פון די צווייטע זייט די
אומגעהויערע חלל וועלכע האט זיך געשאפן ברוחניות, ווען עס זענען
דורכגעבראכן געווארן אלע גדרים וסייגים וואס מ'האט געקעמפט אלע יארן.
יעדע בחור האט באקומען א סעלפאן, בחורים האבן זיך געדרייט ברחובות
ובשווקים, משפחות האבן פארברענגט די צייט אויף די סמארט-פאונס און
קאמפיוטער'ס און עס איז געווארן א לייכט-זיניגקייט אויף דעם גאנצן ענין
פון דאווענען מיט מנין און גיין אין מקוה.

דאן האט זיך דער רבי שליט"א געוואנדן צו די מנהלי המוסדות: "איך רעד צו
אייך חשובע מנהלים. עס ווארט אייך אן עבודה קשה ווען אלעס וועט זיך
צוריקשטעלן על מכונו, צו פאררעכטן די היזקות וואס האט זיך געשאפן אינעם
עבר און קענען צוריק אויפהייבן די תלמידים במעלות התורה ויר"ש. דערווייל
זעה איך נאכנישט ווי אזוי מ'וועט צוגיין צו די עבודת הקודש בחור המצב
בדינא דמלכותא. 'לבי נשבר בקרבי' טראכטענדיג וואס גייט דא זיין און ווי
אזוי קען מען מתקן זיין די גרויסע היזיקות ברוחניות? ס'לאזט מיר נישט
שלאפן ביינאכט!... וויל אייך בעטן חשובע מחכנים הנאמנים לה' ולתורתו.
קיינער ארבעט דאך נישט פאר'ן געהאלט וואס מ'באקומט, נאר יעדער וואס איז
דא האט א געפיל צו חינוך אויפצוטוהן פאר'ן באשעפער'ס קינדער. אלע מנהלים
זאלן וויסן אז ס'ליגט אויף אייך א גרויסע אחריות און א חוב גדול וקדוש צו
טון פעולות ביתר שאת צוריקצושטעלן דאס חינוך אויפן פלאץ נאך די שווערע
היזקות. אנא שאו ידיכם קודש בעבודת הקשה מחנך צו זיין בחינוך הראוי
הקטנים עם הגדולים. 'אין לנו להישען אלע על אבינו שבשמים' – דער
אויבערשטער זאל העלפן מ'זאל האבן סייעתא דשמיא און מ'זאל מצליח זיין אין
די עבודת הקודש".

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.