רשימת הבלוגים שלי

יום שישי, 2 באוגוסט 2019

קומוניזם בסאטמאר בבני ברק

*סאטמאר בני ברק.*

אין סאטמאר - בני ברק 2019 איבער-גאנג פון נ.ק.וו.ד. צו ק.ג.ב., פאר ווער ס'איז אביסל באקאנט אין די היסטאריע נאך וואס דער מאסן מערדער און שונא ישראל סטאלין ימ"ש, א טאג-צוויי נאך פורים תשי"ג איז דער שטרענגער רעזשיעם אראפ אביסל אין רוסלאנד און מ'האט באפרייט טויזנטער ארעסטאנטן פון די סיבירישע לאגערן, ס'האט אבער נישט גענומען לאנג באלד א יאר דערנאך תשי"ד (וואס איז געווען אן איבער יאר) האט זיך אויפגעשטעלט די ק.ג.ב. אפטיילונג אין רוסלאנד און פארגעזעצט מיטן גאנצן קראפט ביז תשנ"א-ב, ווען דער אייזענער פארהנג איז געפאלן.

*לגבי בני ברק, מיר האפן אז דא שפילט זיך נישט איבער, אז סי פאלט איין קאמעניזעם אין ס'קומט א צוויטע.*

 נאך וואס די "קאמיטעי" למען השלום אין בני ברק האט געהויבן הענט, זעענדיג אז מיט יחזקאל ראטטער קען מען נישט פארהאנדלען, אין יעדע מצב וועט ער נאר זעהן אלעס חרוב צו מאכן למען כסאו הרם און אפילו ווען ער זעהט כי כלתה אליו הרעה וועט ער אנדרייען אז די באשטעטיגטע פרישע חברי הנהלה זאלן זיין אונטער זיין דרוק און ער זאל ווייטער קענען אנפירן מיט זיינע רשעות און טעראר, און די רשימות זענען ווי פאלגענד:

*בראש וראשונה די וועד החינוך און די עתיד פון דורותינו*

וועד החינוך:

*יואל ווייס* – פארמאגט די וויכטיגסטע פאזיציע אין די קהילה נאך וואס אלע מדריכים פון חתנים איבער'ן שטאט האבן געוויזן דעם רוקן פאר יחזקאל ראטער מפני כמה וכמה סיבות און פארשטייט זיך אליינס אז א מנהל גשמי וואס זיין תפקיד איז צו ברענגען געהאלט פאר די איינגעשטעלטע, דארף זיך נישט מישן אין די ענינים אבער יחזקאל זעהענדיג אז ס'גייט נישט און ער מוז דאך וויסן פונקטליך וואס גייט פאר מיט יעדן חתן כלה, האט זיך אויפגענומען אן אייגענעם חתן-רבי, יואלי ווייס (באקומט געהאלט חודש'ליך, א נושא פאר זיך איז די געהאלט, אז דאס איז אויך א זאך וואס ער טוהט נישט, די הכנסות פונעם מוסד באשטייען פון שכר לימוד, דירה געלט, ייטב לב אין חו"ל, און יעדע האלבע יאר דעקט מען די לעכער).

*ר' מעכיל פר"מ* ניי געקרוינטע דומ"ץ וראש כולל (באקומט געהאלט חודש'ליך).

*ר' יושע הערש יאזשעף* ניי געקרוינטע מו"ץ וראש כולל (באקומט געהאלט חודש'ליך).

*ר' ישראל שלום גאלדבערגער* מרבני הקהילה מגי"ש אין די ישיבה (באקומט געהאלט חודש'ליך).

נו ס' מוז דאך אויסזעהן גוט,ס'זאל האבן א פנים, איז דא נאך צוויי נעמען:

*ר' יצחק שמעון ווייס* (א זוהן פון ר' משה חיים וואס באקומט געהאלט חודש'ליך פון יחזקאל).

*ר' חיים טאבאק* (יחזקאל האט איהם דירעקט אויסגעוועלט ווייל ער פארט אוועק א שיינע פאר מאל במשך דעם יאר קיין חו"ל).

הנהלת הקהלה:

*ר' אייזיק ווייס* (באקומען א פאר דירות אין שיכון פון יחזקאל).

*ר' איציק ווייס* (שליט יחיד מטעם יחזקאל צו בויען אין שיכון פאר שרעקליך טייערע פרייזן).

*ר' יעקב אביגדור פר"מ* (באקומט געהאלט פון יחזקאל פון צייט צו צייט, ווי למשל ארויס פארן אויף חו"ל נאך געלט פאר קמחא דפסחא, חבר הנהלת הכולל).

*ר' אפרים משה לעווי* (חבר הנהלת הכולל, און יו"ר למען מינוי ר' א"ש כ"ץ אויף רב אין די קהילה אנטקעגן די רצון פון רוב הקהילה).

*ר' יוסף חיים וויינפעלד* (באקומט געהאלט חודש'ליך פון בית רחל).

נו ס'מוז דאך אויסזעהן גוט, ס'זאל האבן א פנים, איז דא נאך צוויי נעמען:

*ר' שניאור זלמן טאבאק*
*ר' יעקב יאזשעף*

ימים ידברו...

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.