באָראָ פּאַרק. – מיט
התרגשות'דיגע געפילן גרייטן זיך תושבי באָראָ פּאַרק צום געהויבענעם טאָג
"ל"ג בעומר" ווען טויזנטער אידן וועלן אי"ה זיך ווידעראַמאָל
פאַרזאַמלען כאיש אחד בלב אחד לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בן יוחאי, ביים
צענטראַלן "מעמד הדלקה" וואָס וועט אָפּגעראָכטן ווערן ברחובה של עיר
אויף די זעצכנ'טע עוו. אָנגעפירט דורכ'ן ניקלשבורגער רבי'ן הגה"צ פאמ"ק
רבי מרדכי זאב הלוי יונגרייז שליט"א מנהיג רוחני דק"ק כלל ישראל
שול-וואודבוירן, ביי וועלכן מ'וועט א לענגערע צייט זיך משמח זיין לכבוד היום.
די "ניקלשבורגער הדלקה"
אין באָראָ פּאַרק, איז א יערליכע געשעעניש אין די נאַכט פון ל"ג בעומר,
וואָס ציט א ריזיגן ציבור משתתפים פון אַלע שיכטן און קרייזן פון איבער די גאַנצע
שטאָט און אויך פון אַנדערע מקומות. מדי שנה בשנה פאַרגרעסערט זיך נאָר דער ציבור
משתתפים פון אידן וועלכע קומען זיך מיטפרייען אין דעם גרויסן טאָג לכבוד התנא
האלקי רבן שמעון בר יווחאי, און ווי עס זענען מעיד אידן וואָס האָבן מיטגעהאַלטן
די הדקלה אפילו נאָר איינמאָל, שפּירט מען דאָרט בחוש אן אויסטערלישן כח פון שמחה
והתעלות, וואָס איז שווער צו טרעפן ערגעץ-אַנדערש-וואו.
די הדלקה ווערט אָנגעפירט
דורכ'ן ניקלשבורגער רבי'ן שליט"א וועלכער איז נודע בשערים מיט זיינע
אויסטערלישע פעולות לחיזוק הדת, און מקרב צו זיין לבבות בני ישראל לאביהם שבשמים.
בית מדרשו פונעם ניקלשבורגער רבי'ן שליט"א איז כסדר א תל תלפיות פאר אידן וועלכע
טרעפן ביים רבי'ן שליט"א א וואַרעם הארץ און אָפענע אויער פאר אַלע זייערע
געברויכן, און דער רבי שליט"א איז שטענדיג עומד הכן יעדן אַרויסצוהעלפן מיט
הארץ און געפיל וואָס איז אין לשער.
באַזונדער איז דער
ניקלשבורגער רבי שליט"א באַקאַנט מיט זיינע געוואַלדיגע פעולות אין די זומער
וואָכן, ווען דער רבי שליט"א פירט אָן דעם באַרימטן ביהמ"ד "כלל
ישראל שול" אין וואדבוירן, זייענדיג עסוק יומם ולילה כמעט בלי הרף,
אויפצונעמען די מאַסן מתפּללים, אָנצופירן מיט די מנינים, פאַרטיילן מדי דמיזן,
זאָגן א גוט וואָרט און שענקן א סבר פּנים יפות פאר די צענדליגער טויזנטער אידן
וואָס דרייען זיך דאָרט דורך במשך די זומער-וואָכן.
טאַקע איצט, בעת עס גייען אָן
די גרויסאַרטיגע הכנות צו די צענטראַלסטע געשעעניש איבער'ן יאָר אינעם ניקלשבורגער
הויף, דער מעמד ההדלקה קומענדיגן ל"ג בעומר, איז דער רבי שליט"א
גלייכצייטיג שטאַרק טעטיג מיט די הכנות צו עפענען די וואודבערין שול אויפ'ן
קומענדיגן זומער, און פאָרט כסדר נסיעות הין און צוריק אָנצוגיין מיט אַלע פעולות
לטובה.
בעיקר גרייט מען זיך
בעזהשי"ת אויפ'ן גרויסאַרטיגן מעמד ההדלקה וואָס וועט אָפּגעראָכטן ווערן
קומענדיגן מיטוואָך, ד' פּרשתרהבהבעל"ט, אור ליום
ל"ג בעומר, וואָס ווי אַסאַך זענען מעיד, האָבן די געהויבענע ריקודין דעם
אויסקוק ווי אין אתרא קדישא מירון זעלבסט, ווען אידן טאַנצן און פרייען זיך בשמחה
רבה לכבוד התנא האלקי רבן שמעון בר יוחאי.
דער מעמד וועט אָפּגעראָכטן
ווערן אויף די ברייטע גאס פאָרענט פונעם ניקלשבורגער ביהמ"ד אויף 4912 16טע
עוו. אויפ'ן אייגענאַרטיגן "ניקלשבורגער שטייגער" וועט אַלעס זיין
צוגעגרייט אויפ'ן ברייטן שטייגער. פון איין זייט וועט זיין צוגעגרייט א ריזיגער
שטח וואו דער אש המדורה פון די הדלקה וועט אָנגעצינדן ווערן דורכ'ן ניקלשבורגער
רבי'ן שליט"א. די הדקלה זעלבסט וועט זיין גוט אַרומגעצוימט, כדי צו
פאַרזיכערן בעזהשי"ת אַז עס קומט נישט לידי סכנה, און רינגס און אַרום וועלן
אָפּגעראָכטן ווערן די געהויבענע פייערדיגע ריקודין, וואָס וועט אָנהאַלטן שעות
נאָכאַנאַנד מיט גרויס פייערליכקייט, אָנגעפירט דורך עטליכע קאַפּעליעס בעלי
מנגנים און מוזיקאַנטן, בראשות דעם ניקלשבורגער רבי'ן שליט"א וועלכער וועט
כדרכו פאָרזינגען עטליכע ניגוני התעוררות ודביקות.
בין הפרקים וועט מען אויך
האָבן דעם כבוד צו הערן ווארימע ווערטער פונעם ניקלשבורגער רבי'ן שליט"א
בגודל קדושת היום און איבער דאָס גרויסקייט פון דעם מעמד, ביי וועלכן מ'קען פועל'ן
ישועות ורפואות ממש ווי אין אתרא קדישא מירון, וסדנא דארעא חד הוא. דאָס זעלבע
וועט מען האָבן דעם כבוד צו הערן קורצע מאמרים איבער דאָס גרויסקייט פון דעם מעמד,
איבערגעגעבן דורך אַנדערע חשוב'ע רבנים שליט"א וואָס באַטייליגן זיך ביים
מעמד, ווי עס איז שוין דער ניקלשבורגער סדר, אַז רבנים גאונים וצדיקים שליט"א
וואָס באַטייליגן זיך, ווערן אַזוי איבערגענומען פון דעם התלהבות'דיגן שטימונג וואָס
הערשט דערביי, אַז מ'קומט פון זיך אַליינס זיך אָנטראָגן צו בעטן דעם רשות הדיבור,
איבערצוגעבן עטליכע ווערטער איבער דאָס גרויסקייט פון דעם מעמד.
אין די טעג איז דער
ניקלשבורגער רבי שליט"א שטאַרק אַריינגעטון אין די הכנות צו דעם מעמד. דער
רבי שליט"א גייט פּערזענליך אַרום אין די געשעפטן איינצוקויפן אַלע
הדלקה-געברויכן, פון וואָס דער הויכפּונקט איז, די טויזנטער פלעשער "שמן
זית" וואָס וועט זיין צוגעגרייט אויפ'ן פּלאַץ, און נאָכ'ן איידערן אָנצינדן
דעם מדורת אש פון די גרויסע הדלקה, וועט יעדער האָבן די געלעגענהייט אַריינצוגיסן
שמן, כנהוג ביי אידן חסידים ואנשי מעשה אַליינס צו נעמען א טייל אין די הכנות צו
די הדלקה. כדרכו פונעם ניקלשבורגער רבי'ן שליט"א, ווערט אַלעס צוגעגרייט מיט
א געוואַלדיגע הרחבה, מיט ספּעציעל טייערע אויל וכדומה,וואָס די משתתפים וועלן
קענען באַקומען פאר גענצליך אומזיסט, דערמיט צו האָבןא חלק אין דעם מדורת אש וואָס
וועט אָנגעצינדן ווערן ברוב עם לכבוד התנא אלקי רבי שמעון בר יוחאי.
אויך וועט מען אויף א
באַזונדער אָרט קענען אָנצינדן ליכט, ווי עס ווערט געברענגט אין ספה"ק בני
יששכר דאָס גרויסע ענין פון מרבה זיין בנרות אין דעם גרויסן טאָג.
דערצו וועט דורכ'ן
ניקלשבורגער רבי'ן שליט"א זיין צוגעגרייט אויף עטליכע מקומות איבער דעם
גאַנצן שטח, פילע באַקסעס מיט קאַלטע געטראַנקן, זיך צו קענען אָפּקילן אינמיטן די
ריקודין, און אַזוי וועט מען ווייטער ממשיך זיין בשמחה ובצהלה ביז שפּעט אין די
נאַכט אַריין. דאָס איז אויסער אַנדערע מטעמים ומדענים וואָס וועט זיין צוגעגרייט
לכל דכפין, כדרכו פונעם רבי'ן שליט"א אַלץ צוצוגרייטן פאַר אידישע קינדער
להחיות בהם נפש כל חי.
דער מעמד ההדקלה וועט זיך
אָנהייבן מיט תפלת מעריב וספירת העומר אין ניקלשבורגער ביהמ"ד, צו וואָס דער
רבי שליט"א וועט יורד זיין לפני התיבה מיט גרויס נעימות, בקול מנגן ובנוסח
נעים, כמנהגו מדי לילה בלילה. תיכף דערנאָך וועט מען אָנהייבן דעם מעמד ההדלקה, צו
וועלכן עס איז ערוואַרטעטדאָס השתתפות פון טויזנטער טויזנטער אידן פון איבער די גאַנצע
שטאָט, וואָס וועלן שעות נאָכאַנאַנד זיך משמח זיין לכבוד היום, ווען דערביי וועט
דער ניקלשבורגער רבי שליט"א הייבן די געמיטער מיט די פייערדיגע ריקודין
ואבוקות של אור בידו, במשך שעות נאָכאַנאַנד.
דער מעמד אַנטשפּרעכט צו זיין
גאָר א פייערליכער און געהויבענער וואָס וועט מיטשלעפּן יונג און אַלט זיך משמח צו
זיין לכבוד היום.
לכבוד התנא האלקי רבן שמעון
בר יוחאי.

אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה
שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.