רשימת הבלוגים שלי

יום ראשון, 19 באוגוסט 2018

המאבק הסאטמארי על בית הקברות באוהעל

מאת סאטמארי

דעם היינטיגן פרייטאג האט די סיטי אין אוהעל ב"ה וברוב סייעתא דשמיא טאטאל צוריקגעוויזן דעם פרואוו פון די וועלכע האבן פרובירט דורכצופירן א נידריגע גניבה שפילה צו פארכאפן די בעלות פונעם אוהל הק' און די דערנעבנדיגע בנינים וועלכע זענען געווארן אהערגעשטעלט, איבערגעויבעט און צוגעקויפט דורך עסקני אנשי שלומינו למען כבוד הקדושים זי"ע אונטער די אנפירערשאפט פון די חברה קדישא דקהלתינו הק', און די פרואוון זענען ב"ה אצינד טאטאל צוריקגעוויזן געווארן דורך די ארטיגע באאמטע

אין ליכט פון די אנטוויקלונג, טוען מיר מיט צופרידנהייט איבערגעבן דעם פאלגענדן אפדעיט:

דער ביה"ח אין אוהעל, מקום מנוחת קדשו פון הייליגן ישמח משה זי"ע, איז ב"ה פארבליבן אזוי ווי ביז היינט אונטער די פירערשאפט און בעלות די חברה קדישא דקהל יטב לב דסאטמאר, און ווערט אנגעפירט דורך הרה"ח ר' יוסף ווייס הי"ו, אזוי ווי די פארלאפענע 30 יאר בס"ד.

מיט עטליכע וואכן צוריק, האבן א גרופע בעלי זרוע פרובירט דורכצופירן א גניבה שפילה, וועלנדיד אויסנוצן דעם פאקט אז די חשוב'ע עסקנים וואס האבן אריינגעלייגט אזויפיל מיה כח און געלטער אין די לעצטע פאר יאר אויפן מקום קדוש, האבן געזעהן פאר וויכטיג און פאסיג צו טוישן צו א נייער שומר, און די גרופע האט זיך באנוצט מיט'ן אלטן שומר אויסצופירן די גניבה, און דאס זאגאר געמאלדן מיט פרייד אין זייער צייטונג, און קיין טראפ בושה.

די פאקטישע גניבה איז פארגעקומען פארלאפענעם מיטוואך ראה ביום כ"ו אב, ווען די גנבים האבן זיך אריינעגבראכן און געטוישט שלעסער, און געמאלדן פארן פובליק "די גניבה איז געלונגען, גנבנו ונגנוב עוד!"

פרייטאג דערויף, א טאג נאכן אויסרופן אויף די מעשה הגניבה, האט די ארטיגע פאליציי באפוילן די גנבים צו פארלאזן דאס פלאץ תיכף ומיד, און זיי האבן געדארפט מאכן א ריקצונג כדרך כל הגנבים.

דעם מאנטאג אינדערפרי, גלייך ווען די שטאטישע אפיסעס האבן זיך געעפנט, האבן די גנבים אנגעהויבן ארבעטן אויף פרישע אופנים, און אויסגענוצט אלע סארט מיטלען און גרויסע שליחות'ן וואס נאר שייך צו פרובירן צוריקצוכאפן די גניבה, און זיי האבן אריינגעגעבן א פארלאנג צו די סיטי דורך א אפיציעלע אפליקאציע, וואו זיי טענה'ן אז באמת וואלטן זיי געדארפט זיין די בעלי בתים אויפן פלאץ, און דאן כדי אפצושלאגן דעם פרואוו האט די חברה קדישא אריינגעגעבן אלע נויטיגע פאפירן פונעם עבר און פונעם הוה, אריינגערעכנט די פאקטן ווער עס האט אויפגעהאלטן און באצאלט אלע ריזיגע הוצאות די לעצטע 20 יאר, און ווער זענען די וואס זענען געקומען דורכפירן א ביליגע גניבה אין א העלן טאג.

היינט פרייטאג איז ב"ה געקומען די בשורה, אז די סיטי האט טאקע אפגעווארפן זייער אפליקאציע, אנערקענענדיג אז זיי האבן נישט געברענגט קיין שום אויפווייז וואס זאל בארעכטיגן די וואנזיניגע פרואוו.

דאס קומט שוין נאכדעם וואס במשך די וואך האבן די גנבים אפראפגעשיקט מערערע סארט דעלעגאציעס מיט פארשידענע סארט דרוק אויף די רעגירונג, כדי צו קענען אנהאלטן א ביליגע געמיינע ניצחון דורך א פוסטע מעשה גניבה, אבער לא עלתה בידם.

ווי פארשטענדליך איז ליידער ארויסגעקומען במשך פון די טעג און וואכן א שטארקע חילול השם בעוה"ר, ווען די ארטיגע קליינע סיטי איז געווען אויף מיט די נייעס אז חרדישע אידן שלאגן זיך ארום איבער די בעלות אויפן ביה"ח, און אויסער די חילול השם דערפון איז דאס ליידער א סכנה פאר אנדערע בתי חיים, ירחם ה'.

א גאר שרעקליכע חילול שם שמים איז געווען ווען א שליח פון די גנבים וואס איז געקומען צו פארן פון נוי יארק, האט די וואך אריינשפאצירט און ארויפגעלייגט סטיקערס אויף די קאמערעס, ווענדלגי אפטוהן דארט עפעס וואס מזאל נישט קענען נאכקוקן, או ווען די שומרים אויפן פלאץ האבן אים אפגעשטעלט האט ער גערופן פאליציי און געזאגט פאר די פאליציי אז ער האט אנגעטראפן א גרופע דראג-האנדלער, מיט נאך אזעלכע נארישע פרואוון אז די פאליציי זאל גאר פארשיקן די שומרים און אים באשיצן, אבער ווי נאר זיי האבן געהערט וואס דא גייט פאר האבן זיי אים גלייך פארשיקט, און גענומען זיין פולע פאספארט אינפארמאציע מיט א ווארענונג אז אויב ער וועט נאך טוהן עפעס אומגעזעצליך וועט ער ווערן ארעסטירט אויפן פלאץ, און דער חילול שם שמים איז געווען שרעקליך גרויס.

די הנהלת החברה קדישא שטייט ווייטער אויף דער וואך, צו באגלייטן סיי וועלכע שריט עס זאלן נאר געטוהן ווערן בעתיד, און אין די זעלבע צייט גייט ווייטער אן די הייליגע ארבעט אהערצושטעלן אלע הצטרכות'ן אויפן פלאץ, צו העלפן יעדן אן אויסנאם וועלכע קומט אויפן פלאץ לפקוד את ציונו הקדוש פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע, צו פועלן אלעס גוט'ס.

לבקשת הרבים זענען מיר מודיע אז נאר דער לאגאלער שומר מיט'ן נאמען "מיקי" איז דער וואס האט די אויטאריזאציע און די שליסלעך אריינצולאזן אין ביה"ח, דעריבער אויב פארט איר קיין אוהעל מאכט זיכער אים צו רופן אויף  +36704092525

אין די זעלבע צייט איז פארהאן א נייער האטעל בילדינג וואו ס'איז געווארן א קלער אויפצושטעלן דארט א פארברייטערטע הכנסת אורחים, אבער שוין אהאלב יאר צוריק איז דארט אנשטאנען געוויסע פראבלעמען, און ס'איז כדאי קלאר צו מאכן אז דאס האט נישט קיין שייכות צו די יעצטיגע געשעעניש, און וועט באזונדער ווערן אפגעשאצט און באהאנדלט אויב און וויאזוי מסדר צו זיין יענעם פלאן.

זכותו הגדול יגן עלינו, און אויף אלע נדיבים בעם וועלכע האבן בעבר און וועלן בעתיד ממשיך זיין ארויסצוהעלפן די עסקנים מיט די אסטראנאמישע הוצאות פון די אויפהאלטונג און פארברייטערונג פונעם ציון הקדוש.

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.