רשימת הבלוגים שלי

יום שני, 16 ביולי 2018

הצד של ראטער פתח את הפה ומכה במשפחת מייזליש ואנשיה

מאת סאטמארי

הכחשת השמש בצהרים # 3

היינט צופרי איז דער הוגה רעיון פון די מרידה -זלמן לייב פון בארא פארק- אויף געקומען מיט א פרישע געדאנק. מ'האט געהייסן וועלוועלע מייזליש אפשרייבן א קורצע וואצעפ מעסעדזש כאילו ס'איז דא דריי סוגי מענטשן, און זיי רעדן גאר צום מיטלגאטיגע מעסיגע מענטש.

בין הדברים קומט דער דוב הקטן אריין מיט זיין שקר, אז יחזקאל ראטטער וויל ארויס ווארפן זיין פאטער פון בני ברק. און מיט א תמימות'דיגע פאלשע פנים וויינט ער אז זיין פאטער וויל פשוט קענען גיין צו די שמחות פון די קינדער.

א שיינע מעשה!! דאס הייסט גערעדט ווי א תם, און געשטויסן ווי א מועד!!

די בני ברק'ער אידן האבן מורא צו ענטפערן, אבער מיר דא אין אמעריקא וועלן אפענטפערן יעדע שקר פון די משפחת הדובים.

וועלוועלע, אפשר זאלסטו פארציילן פאר די אידן אין אמעריקא אז די מערכה גייט שוין אן אפאר יאר, און יחזקאל ראטטער באצאלט נאך עד היום הזה אלע שמחות פון דיין פאטער?

אפשר זאלסטו פארציילן אז יחזקאל ראטטער האט אהער געשטעלט צוויי הונדערט טויזענט דאלאר דעם ווינטער פאר דיין שוועסטערס חתונה? וואס דאס האט כולל געווען אלע הוצאות אין שטוב, און אלע שטאפיר וכדומה.

אפשר זאלסטו פארציילן אז יחזקאל ראטטער האט דעם ווינטער באצאלט אלע הוצאות פאר דיין ברודערס בר מצוה?

אפשר זאלסטו פארציילן אז יחזקאל ראטטער האט נאך היי יאר באצאלט 500 דאלאר א טאג, פאר די כיבוד וואס מ'גיבט חנוכה ביינאכט ביי דיין טאטן אין שטוב, פאר די אידן וואס קומען אריבער צו די חנוכה ליכט?

אפשר זאלסטו פארציילן אז יחזקאל ראטטער האט באצאלט אלע קאסטן פאר די חול המועד טישן וואס דיין טאטע פירט?

אפשר זאלסטו פארציילן אז יחזקאל ראטטער ארלעדיגט אז דיין טאטע זאל האבן א כאָאר ימים נוראים ביי די תפילות?

אפשר זאלסטו פארציילן אז יחזקאל ראטטער באצאלט נאך עד היום הזה פאר דיין טאטעס גבאי?

אפשר זאלסטו פארציילן אז יחזקאל ראטטער באצאלט נאך עד היום הזה פאר דיין טאטעס חברותא?

אפשר זאלסטו פארציילן אז יחזקאל ראטטער האט נאך היי יאר צוגעשטעלט טיקעטס פאר דיין טאטע און די קינדער אז זיי זאלן קענען קומען צו פארן קיין אמעריקא אין די ימים נוראים?

אפשר זאגסטו פארן ציבור אין אמעריקא איין כיבוד וואס מ'האט אוועק גענומען פון דיין פאטער, אפילו זייט די מחלוקת?

און אפשר פארציילסטו די חוצפה וואס איז עולה כל כולנה, אז דיין טאטע באקומט א געהאלט פון 85 טויזענט דאלאר א יאר, (וואס אין ארץ ישראל איז דאס א געהאלט פאר פיר מגידי שיעורים) בו בזמן ווען ער האט ניטאמאל א כיתה אין די ישיבה, און ער לערנט נישט פאָר קיין שיעור אין די ישיבה, חוץ 10 מינוט א טאג משנה ברורה?

וועלוועלע, מיינסטו אפשר אז די אידן אין אמעריקא זענען נא'איוו?

ווען יחזקאל ראטטער וויל ארויס זעהן דיין טאטע פון בני ברק, שטיפט ער אים מיט אזוי פיל געלט און כבוד?

די תמימות'דיגע שקר פון די משפחת הדובים גייט מיט אזא וויינעריי, אז רח''ה וויל פשוט קענען גיין צו די שמחות פון די קינדער. נו, צו וואס איז שוין דער דוב הגדול ארויס געפארן 6 מאל צו רבינו שליט''א בעטן אז מ'זאל ארויס טראסקענען יחזקאל ראטטער פונעם מוסד? וואס פארא שייכות האט יחזקאל ראטטער'ס זיין אינעם מוסד, מיט דיין טאטע גיין צו ענקערע שמחות?

צו וואס האט דיין פאטער געבעטן רבינו שליט''א אז ער וויל עסען שבת מיט די בחורים? האט דאס אויך א שייכות מיט גיין אויף שמחות צו די קינדער?

צו וואס האט דיין פאטער געזאגט פאר רבינו שליט''א אז סוף כל סוף האט מיר די זיידע דער ברך משה געגעבן בני ברק? האט דאס אויך א שייכות מיט גיין אויף שמחות צו די קינדער?

צו וואס לויפט ארום דער דוב הקטן זושא מייזליש אין בארא פארק שרייען אז ביז אפאר חדשים איז יחזקאל ראטטער אין דרויסן פונעם מוסד?

צו וואס לויפסטו וועלוועלע מייזליש דער אנדערע דוב הקטן ארום שרייען אז די ביסט בעל בית אין די ישיבה, און יחזקאל ראטטער גייט פליען?

עטס שטעלטס אן דעם תמימות'דיגע פנים כאילו עטס ווילטס סך הכל גיין אויף שמחות. נו ווער לאזט ענק נישט? וואס דרייען ענק איבער די וועלט כאילו מ'לאזט ענק נישט?

עטס מיינטס אז די אידן אין אמעריקא קענען נישט ענקער פאלשע וויינעריי?

די פאקטן זאגן אלעס:
די משפחת הדובים ווילן ארויסטראסקענען יחזקאל ראטטער צו קענען פארכאפן די קהילה אלס א נכסי פרטי, און רבינו שליט''א וויל נישט בשום אופן מיטגיין דערמיט. דעריבער זענט עטס ציווילדעוועט.

יחזקאל ראטטער וויל פשוט ווייטער ממלא זיין רצון קדשו פון רבינו שליט''א, צו מאכן זיכער אז די קהילה און מוסדות פאלן נישט אריין ביי צוגיינער אין די הענט. עס זאל נישט טראגן אזא פנים ווי בית מדרשינו אויף 53 און ווי איחוד וואלאבאוט.

מיר דא אין אמעריקא זענען פיינע מבינים ווער די חסידים פון רבינו שליט''א זענען. מיר הערן אלע די שמוציגע לאוזינגען פון די, דיינע ברודער'ס און פעטער'ס. מיר ווייסן ווי אזוי זיך צו באגיין מיט ענק.

ובשם השם נצליח

אויפקלערונג #5

עס הערשט א בילבול המוחות, ליידער האט אויסגעבראכן א מלחמה אין די וואטסעפפ אינגעלייטלעך האבן זיך גענומען איבער אינזער קהילה אין בני ברק עס גענצליך חרוב צו מאכן!

אויב איז ענקער פייט לשם שמים למען כבודו של הראש הישיבה וואס גייען ענק האבן פין חרוב מאכן געלט פין תומכים ונדיבים בעם ?

 אויב זענען ענק 95 פראצענט קהילה, וואס גייען ענק מרוויח זיין אויב קיינער געט מער נישט קיין געלט ?
ענק גייען נאר זיך אליינס שיסן אין ענקערע קינדער אין משפחה מיטגלידער

וואס פארדינען ענק, ווען מען איז מבזה מיט שקרים אידען וואס העלפן ארויס חתנים אין קמחא דפסחא אין גמ״ח אין בויען בנינים פאר ענקערע קינדער ?

דאס נעמען חזקל דוד בערקוויץ מיט הירצקא שטיין מיט יעקב סופר מיט אברהם ווידער מיט יואל בראוור מיט הרשל זילברשטיין מיט אהרן וועלץ מיט מאיר הירש אין ארומשיקן מעסעזשס קעגן זיי, פאר די עוולה פין העלפן חזקל ראטער קאווערן ענקערע קינדער זאל קענען גיין אין חדר אין זאלן באקומען קמחא דפסחא דאס צייגט ענק ווילן פלעין אין פשוט חרוב מאכן די קהילה אין מיינען גארנישט מער.


אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.