רשימת הבלוגים שלי

יום חמישי, 15 במרץ 2018

די אידישע אינקוויזיטארן

איך האב עס נישט געפארשט און ס'מוז נישט זיין אמת, אבער די פאלגענדע מעשה'לה איז גוט און גאר צו דער זאך: דאס אין די גרויסע געדרענג און בכיות פון דעם הייליגן סאטמארער רבי'ס שובבי''ם-תורה פרעגט ליפא זיין צופייערטן חבר: הערשי וואס מיינט דער רבי מיט 'חטא ידוע' ? דו בהמה! ענטפערט יענער 'דאס איז דאך די מינות פון ציונות!!..'
לשבחו פון'ם גאר קלוגן רבי יואל'יש מוז מען זאגן דאס ביי ווייניג רבי'ס מבני דורו האט מען געקענט מאכן אזא טעות, די שווענצלעריי איז נאך געוועזן הייסע סחורה בימים ההם.. ביז אלע אנדערע האבן אויך איינגעזעהן דאס אין אמריקה דאס איז שוין מער נישט קיין סחורה.. אני הקטן בין אייביג נייגעריג געווען איבער די היסטאריע פו די זנבנות שווענצלעריי בלע''ז מיט וואס האבן זיך אזויפיהל גוטע אידן משפיעים און מחנכים בעפאסט אין מיין יוגענד. איך האב גענישטערט אין קלאסישע תשובה ספרים בעפאר און נאך תקופת הפצת הזוה''ק, בקיצור, ס'שיינט דאס די קדמונים און ראשונים הבן זיך מט'ן דאזיגן טעמע גארנישט פארפאסט און אפילו עטליכע הונדערט יאר נאכ'ן התגלות הזוה''ק איז דער טעמע מער ווייניגער ג'שלאפן נאר שפעטער האבן מאנכע רביים און מקובלים זיך פעסט גענומען צום נושא, ווען אנדערע נישט קלענערע פון זייער תקופה האבן דאס פארמיידט און געמאכט כלא היה.
און אזוי ווי היינט קען מען גאר גרינג צוקומען צו טויזטער איפארמאציע קוועלן מיט בלויז באריהרן א קנעפל האב איך אויך הערומגעשמעקט די הלוך ילך פון גוי'אישע און בעיקר שטרענגע קריסטישע סעקטעס באותו עניין און פלאי פלאות, ביי פיהלע פון זיי טאקע ששון ושמחה מיט'ן מיט גג על גג תחבולות און גדרים און גדרי גדרים וועלכע זענען אפילו דעם בערגסאז'ער עילוי זי''ע נישט איינגעפאלן..  און ליידער דא האט זיך נאך נישט געענדיגט דער דמיון, בכלל נישט, ווייל איך האב געפונען דאס דער "פאק די פעקליך און שוין אוועק!! איז נישט די המצאה פון אבותנו ורבותנו.. די גוי'אשע אפילו די פערמאכטע ריזיגע סעקטעס נוצן דעם טעראר טעקטיק פון מינוט צו מינוט העריספליקן  אין דער וועלט העריין עד עצם היום הזה, אפילו פערצן יעריגע קינדער ווערן נישט געשוינט, און זייערע עלטערן בלייבן בדרך כלל 'בצילא דכלבותא' און ווילן מער נישט וויסן מער פון זייער דעוויל-פאזעסט קינד.. ברוך הוא אלקינו עם ישראל זענען דאך רחמנים, חאטש דאס דער ברוטאליטעט עקזעסטירט בכדי אויף צו האלטן דעם 'ארדנונג' אבער דאך ס'איז קיין דמיון נישט און ס'איז אין אלגעמיין לאין שיעור וערך מילדער
אבער די תאווה צו האלטן אומגעשטערט מאכט און באהערשן בודג'עטן 'אהנע באדער' איז ביי אונז גארנישט קלענער ווי ביי די געמיינסטע גויים און די מעגליכקייטן זענען פיהל גרעסער זינט די טעכנאלוגיה געשאנקען די מנהלי המוסדות דעם נושא פון אייפאן טעכנאלאגיע, מיטמאל איין שלאק מנהל בלאזט זיך איבער'ן אנדערן מנהל דאס זיין (פארקריפלטע) מוסד נעמט נישט העריין קיין 'מיסט' דהיינו קינדער וועלכע'ס עלטערן האב'ן אייפאנ'ס רח''ל אדער די מוטער האלט נישט שטרענג גענוג צום דוקטור ראבינער פאלק'ס ביזארער או דומע Zeniut Manual איי דאס די מנהלים זעלבסט האבן אזוי ווי רובא דרובא בעלי בתים אייפאנס און פרי-אינטערנעט? אבער דאס איז לא מעלה ולא מוריד, זיי די מנהלים און נאר זיי אליינס האבן דעם בחירה איבער וועם 'אויסגעפונען' דעם היינטיגן חטא-הידוע, מיטמאל פראסטע געמיינע חברה האבן באקומען דעם אומקאנטראלבארן בייטש אין האנד ווי להבדיל די שפאנישע אינקוויזיטארן ימ''ש. דער איכות פון די חדרים זינקט צום שאול תחתית ווייל דיע פונקציאנערן ברויכן מער נישט חושש זיין פון טענות מצד די עלטערן איבער די פערפארמענץ פון אומפאסיגע אדער גאר שעדליכע (Exploited and underpaid) מלמדים נעווער מיינד גשמיות'דיגע טעמעס, ווייל די עלטערן מוזן גליקליך זיין אז מען נעמט זיך נישט צו זייערע ביינער און מען טוהט פארפלעקן זייערע קינדער און סטיגמעייזן זייערע משפחות..  און די רבנים? ואס רבנים ווען רבנים וועלכע רבנים?

א פשוטער לאנדאנער איד

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.