רשימת הבלוגים שלי

יום שישי, 13 במאי 2016

אנאליז: דער אמתער מסור אהרן טייטלבוים צו יוסל וואלדמאן? אכן נודע הדבר!

ס'איז א ביטערע וויץ. פאר יארן לאנג איז מען דערגאנגען פאר יאסל וואלדמאן די יארן און געשריגן אז ער איז א מסור און א שגץ, און מען האט אים מחרים געווען און פארווארפן פון אלע וועלטן. מען האט אים אויסגעשפיגן און פארשעמט.
יעצט זענען אפאר תושבי קרית יואל געגאנגען און אריינגעגעבן א שווערע מסירה וואס האט געמאכט א שרעקליכן חילול השם, וואס די תוצאות גייען זיך שפירן פאר יארן, ואין פוצה פה ומצפצף.

יאסל וואלדמאן איז בסך הכל געגאנגען רעדן פאר די מידיע, וואס האט געמאכט א חילול השם. אבער האט ער איינגעזעצט אידן? ס'איז נישטא קיין איין איד וואס קען זאגן אז ער איז געזיצן אין תפיסה צוליב יאסל וואלדמאן. (אדרבא, אויב ווייסט איינער אנדערש לאזט מיר וויסן.)
די וואס האבן אריינגעגעבן די גרויליגע מסירה, האבן געוואוסט זייער קלאר אז דער ארענדזש קאונטי די. עי. האט אויסגעפארשט דעם קעיס און געקומען צו די מסקנא אז ס'איז 'נישט' געווען קיין שום טשיילד מאלעסטעישאן, אבער אנשטאט חרטה האבן אויף זייער מסירה האבן זיי באשלאסן מוסיף צו זיין חטא על פשע און זיי האבן זיך געוואנדן צו די יו. עס. אטוירני מיט די רשעות'דיגע באשולדיגונג אז דער ארענדזש קאונטי די. עי. האט געלאזט דעם מנהל פריי ווייל ער איז אונטערגעקויפט.
ס'ווערט יעצט באריכטעט אין די צייטונגען אז די עף. בי. איי. האט באקומען אלע דריי וואכן פון ווידיא וואס איז געכאפט געווארן מיט די ווידיא קעמערע וואס איז אריינגעלייגט געווארן אומלעגאל. דאס מיינט אז זיי זענען נישט פשוט געוואר געווארן פון די אינפארמאציע פון די גאס, נאר איינער האט עס דעליווערט צו זיי, א געמיינע מסירה קעגן אידן. דא האט עטס, און זיי האבן זיך צוגעכאפט דערצו מיט א געוואלדיגן אפעטיט. מען ווייסט אויך זייער קלאר אז די מוסרים זענען געזיצן מיט די או טי די קאמיוניטי, און זיי געפיטערט אינפארמעישאן די לעצטע צוויי וואכן, וואס דאס איז דאך שומו שמים.
דאס האט געפירט צו די שרעקליכע געשעעניש וואס איז געשען היינט, אז די עף. בי. איי איז אריינגעקומען אין קרית יואל און אויסגעליידיגט די אפיסעס פון יו. טי. עי. זיי זענען געקומען צוליב די מסירה איבער דעם מנהל און איינמאל זיי זענען געווען אינעווייניג האבן זיי זיכער געמאכט נישט אוועקצוגיין פון דארט איידער אלע קאמפיוטערס זענען קאנפיסקירט, און יעדער איינער ווייסט אז ווען דער יו. עס. אטוירני קומט אריין אין אן אפיס אויף אן אינוועסטיגעישאן גייען זיי נישט אוועק פון דארט פאר זיי טרעפן עפעס, אפילו אויב ס'האט נישט קיין שייכות מיט די אריגינעלע אויספארשונג. ווער ס'גלייבט נישט קען פרעגן מייקל גרים און קריס סט. לאורענס, וואס זענען אנגעקלאגט געווארן אויף קלאגעס וואס האבן גארנישט מיט זייערע אריגינעלע אינוועסטיגעישאנס.
ס'זענען דא ריזן שאנסן אז פון די רשעות'דיגע מסירה גייען מענטשן גיין זיצן. דער יו. עס. אטוירני האט א שטוינענדע הויכע סוקסעס רעיט פון 93 פראצענט! ס'איז כמעט נישט מעגליך זיך ארויסצודרייען פון די לאפעס פון די פעדעראלע רעגירונג.
און די רשעים, די מוסרים, דרייען זיך ארום צווישן אונז און זיי זענען מותר לבא בקהל, בשעת יאסל וואלדמאן איז דער וואס גייט רעדן צו די מידיא און פארטיידיגט דעם חרדי'שן ציבור קעגן די רשעות'דיגע אטאקעס, און ער איז דער טרויעריג בארימטע מסור (ס'איז מעגליך אז מגלגלין זכות ע"י זכאי. נאכ'ן מאכן א קידוש השם מיט'ן צוריקגעבן געלט פאר די באנק האט מען אים פון הימל אונטערגעשיקט די מצוה).
לאמיר שוין נישט רעדן פון דעם אז א לאקאלער פראסעקיוטער גייט מורא האבן פון היינט און ווייטער צו זיין יושר'דיג. אויב ער וועט אינוועסטיגעיטן א קעיס קעגן א איד און אויסגעפינען קליפ און קלאר אז דער איד איז אומשולדיג וועט ער ענדערש ארעסטירן דעם איד ווי איידער ריזיקירן אז אויב לאזט ער דעם איד פריי וועט מען אים שטעלן אונטער אינוועסטיגעישאן פאר'ן זיין קארופטירט און אונטערגעקויפט ביי די חסידים. אמאל האט מען געוואוסט אז חסידים בעקן איינער דעם אנדערן. יעצט שטעלט זיך ארויס אז חסידים גייען מסר'ען א פאליטישאן פאר'ן נישט זיין רשעות'דיג קעגן זייערע אייגענע ברידער.
כ'ווינטש נישט פאר די מוסרים אז זיי זאלן אריבערגיין דאס וואס יוסל וואלדמאן איז אריבער, אבער וואס זיי האבן געטאן איז געפערליך, און זיי זענען מחויב צו בעטן מחילה פון גאנץ יהדות החרדית פאר די עגמת נפש וואס זיי האבן אונז אנגעמאכט.

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.