מאת סאטמארער
נאך א לענגערע געשמאקע פלפול בסוגיא חצי שיעור חזי למצטרפי ווי די רבי האט מברר געווען אז חצי שיעור דהיינו א כל שהוא איז א חשיבות אויך ביי מצות עשה,
האט דער רבי ארויסגעברענגט לשבח די אידן וואס רייסן אראפ פון זייער טייערע צייט קובע צו זיין עתים לתורה אפילו א כל שהוא און שטארק משבח געווען די חבורות ווי מלערנט מחזר'ט און מפארהערט זיך על הסדר,
ווי אויך די תיקונים בעניני תפילה וואס איז לעצטענס דורכגעפירט געווארן אז מזאל זיך שטעלן דאווענען ביי מה טובו און נישט זיך מיטכאפן מיט א מנין ביי ברוך שאמר,
און די תיקונים בנוגע טעכנעלאגיע, סיי ביי די מענער ווי אויך בעזרת נשים, אסאך האבן אינגאנצן אויפגעגבן דעים סמארטפאון אנדערע האבן ארויפגעלייגט א גוטן פילטער.
צנועות, האט דער רבי געזאגט איז דא וואס ווערן בעסער און סדא וואס ווערן שוואכער, א סאטמערע תלמידה ווייסט וואס דאס הייסט צנועות ס'ליידער דא אזעלכע וואס עשו עצמן כאילו לא ידע,
דערנאך האט דער רבי מרעיש געווען איבערען געפאר וואס הענגט אויף אידישקייט אין אמעריקע מבית ומבחוץ, זאגענדיג אז די רעגורונג איז נישט אינטערסירט זיך אריינצומישן און איינטיילן פאר די מוסדות וואס יא אדער נישט צו טוהן עס איז אבער דא די פירות הנושרים וואס רופן די שטאט אין קאורט אז מטוט נישט גענוג פאר עדזשעקעישאן והקב"ה יצילינו מידם ונזכה לביאת גואל צדק בב"א

אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה
שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.