מאת אהרוני
פייערדיגע דרשה פון כ"ק מרן רבינו האהרוני שליט"א אין היכל הישיבה בענינים העומדים על הפרק
מספד מר בקול נהי ובכי יחד עם דברי הבהרה על המצב בארצינו הקדושה מכ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א יום ד' פרשת בלק שנת תשע"ד לפ"ק בהיכל המתיבתא בקרית יואל יצ"ו
דוד המלך זאגט אין תהלים קאפיטל קי"ט, שקר שנאתי ואתעבה - דוד המלך זאגט אויף זיך ער האט פיינט שקר, ואתעבה, איך וועל עס פאר'מיאוס'ן, א לשון פון תועבת השם - תורתך אהבתי.
א ביטערע אומגליק
איך וויל מיך שטעלן דא אויף א מאורע וואס האט ליידער פאסירט, עס ווייסט יעדער איינער אז אין ארץ ישראל איז ל"ע גע'הרג'עט געווארן אויף אן אכזריות'דיגן אופן דריי נפשות מישראל, ה' ירחם. וירב בבת יהודה תאניה ואניה, ווען עס פאסירט אן אומגליק בארצינו הק' מיט אידישע קינדער, בלוטיגט יעדעס אידיש הארץ. הקב"ה איז זיך מצער בצערתן של ישראל, און אזוי אויך איז כלל ישראל זיך מצער, יעדער איינער לפי ערכו. און בכלל דעם זעמיר אונז אויך בצער גדול פון אזא ביטערע אומגליק. ס'איז נישט איין נפש, נאר ס'איז דריי נפשות. ווען
ס'פאסירט אזא שרעקליכע אומגליק טוט וויי יעדע אידיש הארץ, און יעדע אידיש הארץ איז מתאבל אויף צרות ישראל, און אויף די קרבנות וואס ס'פאלן נעבעך, ה' יאמר לצרות ישראל די.
אן אבילות פאר כלל ישראל
כנהוג אין משך פון די ימי אבילות, וועלן נתרבה ווערן מנחמים, אפילו אזעלכע אידן וואס קענען בכלל נישט די משפחה, און האבן קיין שום שייכות נישט מיט זיי, אבער וועלן פילן אן אבל, און ווי מען זאגט ס'איז אן אבל פון כלל ישראל, און יעדער איינער דארף ארויסווייזן די הרגשים, ווען ס'פאסירן אזעלכע שרעקליכע אומגליקן, קרבנות, אידישע נפשות.
אבער מיטן גרויסן ווייטאג, און ווי פארביטערט כלל ישראל זאל נישט זיין, ווייל סוף כל סוף זענען נעבעך גע'הרג'עט געווארן דריי אידישע נפשות, דארף מען אבער אויך קוקן אביסל מיט א ניכטערן בליק און אריינגיין אביסל טיפער אין דעם ענין.
ווער האט מתיר געווען וואוינען אין א מקום סכנה?
ווי געווענליך פארציילט מען נייעס, איינס פון די נייעס, די עלטערן האבן מספיד געווען די קינדער, נעבעך ל"ע. לעניות דעתי צו זאגן, אנשטאט א הספד, דארפן זיי זיך מתודה זיין און זאגן אשמנו בגדנו!, און זיך קלאפן אויפ'ן הארץ על חטא, ווען זיי האבן ליידער א חלק אין דעם ביטערן אומגליק.
ווער האט זיי מתיר געווען צו גיין וואוינען, צו מאכן א ישיבה אין אזא מקום סכנה?, צווישן רוצחים וואס זענען שוין מוּעָ דִ ים!, איז שוין נישטא אין ארץ ישראל קיין פלאץ וואו צו וואוינען נאר דארט?, איז נישטא אין ארץ ישראל קיין פלאץ וואו צו מאכן א ישיבה, וואו בחורים זאלן לערנען, נאר אין חברון?, ווער האט מתיר געווען אריינצולייגן זיך אין אזא מורא'דיגן מקום סכנה, מפקיר צו זיין זיך, נפשות ביתו, די קינדער, זון און טעכטער, אלעס וועגן די תאוה און די יצר הרע וואס ווערט אנגערופן שלימות הארץ, ציונות מהדרין מן המהדרין.
מען מוז ליידער זאגן, די עלטערן זענען נעבעך שולדיג!, זיי האבן גורם געווען די רציחה פון די אייגענע קינדער!.
אידן זענען נישט קיין רוצחים!
איך וויל נישט זאגן ווייטער וואס איז נאכדעם געשען, מען האט שוין געטראפן א גע'הרג'טן גוי. ס'איז דא א חשש אז יד ישראל באמצע, בתורת נקמה. מי יודע די תוצאות פון אזעלכע פעולות, אידן אין די גאנצע וועלט, אין אלע מדינות העולם זענען אין א סכנה פון א חשש נקמה ה' ירחם, עס איז צו האפן ס'זאל זיך ארויסשטעלן אז דאס איז די בני ישמעאל אליינס.
אבער אשרי אדם מפחד תמיד, שוין קרוב צו 2000 יאר זענען אידן אין גלות, אין משך פון דעם לאנגען ביטערן גלות, זענען ליידער בעוה"ר גע'הרג'עט געווארן טויזנטער, צענדליגער טויזנטער און הונדערטער טויזנטער און מיליאנען, א סאך מיליאנען אידישע קינדער, שטענדיג זענען אונז געווען פון די נרצחים, און נישט פון די רוצחים, און דאס איז געווען אונזער שיינקייט. דער טאטע ז"ל האט דאס געזאגט אין סיגוט באלד נאך די קריג.
דער פעטער ז"ל האט אונז אויסגעלערנט, ער האט אונז אריינגעגעבן דעם ריכטיגן דעת, ליב צו האבן דעם אמת און פיינט צו האבן דעם שקר, אין דעם דור עיקבתא דמשיחא, וואס חז"ל זאגן (סוטה מט:) האמת תהא
נעדרת, ער האט אונז אויסגעלערנט לוחם צו זיין מיט אלע כוחות קעגן די כוחות השקר און צו זאגן דעם אמת, אפילו מען ווייסט עס וועלן קומען פליען פיילן חצים ובליסטראות, און מען וועט שרייען שונא ישראל.
ווער הייסט א שונא ישראל
מיר דארפן וויסן א שונא ישראל איז דער וואס איז מפקיר נפשות ישראל פאר די תאוה און פאר די יצר הרע פון ציוניזם!, א שונא ישראל איז דער וואס עס טוט די פעולות נקמה!, ווייל מיט דעם איז מען נאך מער מעורר די שנאה פון די רוצחים!, עס גייט נקמה תחת נקמה אן א הפסק שוין יארן לאנג רחמנא ליצלן!. און אויף דעם זאגט דוד המלך ע"ה, שקר שנאתי, איך האב פיינט דעם שקר, נאר נישט בלויז איך האב פיינט דעם שקר, ואתעבה, איך וועל עס ברבים אויסשרייען, יעדער זאל וויסן אז איך האב פיינט דעם שקר, מודיע צו זיין פאר די גאנצע וועלט, אז יהדות החרדית ידם מסולקת פון דעם אינגאנצן, נישט מיט ציונות, נישט מיט התנחלות, און נישט מיט די נקמה.
דער אייבערשטער זאל אפהיטן אלע אידישע קינדער בכל מקום שהם, בארץ ישראל בארצינו הק' ובגולה מכל צרה וצוקה, דער אייבערשטער זאל העלפן ושבור עול הגוים ועול הגליות, עול הגוים פון די רשעי הגוים, ועול גליות פון רשעי עמינו, און דער אייבערשטער זאל שיקן דעם גואל צדק במהרה בימינו אמן.

אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה
שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.