רשימת הבלוגים שלי

יום חמישי, 23 ביולי 2015

יידע הקהל וישפוט - פרשת ווערצבערגער קאהן

עס איז שוין חדשים וואס עס קומט פאר, אן אכזריות'דיגע העצע קאמפיין אויף מיין נאנטער ידיד הרה"ח מו"ה ר' בנציון ווערצבערגער הי"ו – מראשי קהלה ק"ק סאטמאר-ב"פ דורך אן איינצעלנער פארשוין מר. אהרן יוסל ווייס פון בארא פארק. אלס א גוטער פריינד מיט ר' בנציון טו איך פארעפענטליכן די פאקטן באגלייט מיט דאקומענטן.
July, 28, 1997 איז געמאכט געווארן א קארפארעישאן צו פארמירן די שותפות מיט מר. ווייס, ר' בנציון איז געווען דער Majority Share Holder און מר. ווייס האט געהאט א קליינע 20% שותפות. דא האט זעהט איר (דאקומענט #1 ) דער טאג וואס מ'האט געעפענט דעם קארפארעישאן.
מר. ווייס שרייט א גאנצע צייט אז דערפאר האט ער נישט קיין דאקומענטן ווייל ער איז געווען אונטער פראבעישאן, און האט נישט געקענט זיין לעגאל אויף די ביכער. דאס איז ליגענט און דאקומענט #2  ווייזט אייך אז מר. ווייס האט געענדיגט זיין פראבעישאן אין 1995 צוויי יאר באפאר מ'האט געעפענט דעם קארפארעישן. און דאקומענט #1A ווייזט אז מר. ווייס האט געפיילט זיין טעקס רעטורן אלס שותף שוין אין זעלבן יאר וואס מ'האט געעפענט די קארפארעישן.

להמשך כנסו כאן:

 
אין דעם געשעפט זענען געווען דריי שותפים, ר' בנציון, ר' יוסף שמואל קאהן ע"ה, מר. ווייס און שפעטער איז צוגעקומען א פערטער שותף ר' ח.ה.ג.
אום December 2011 האט ר' בנציון מיט זיין שותף ר' ח.ה.ג. אויסגעקויפט הרה"ח ר' יוסף שמואל קאהן ע"ה פון זיין חלק השותפות מיט פעימעינטס איבער אפאר יאר (למעשה איז ר' יוסף שמואל נפטר געווארן באפאר מ'האט געענדיגט אויסצוצאלן אבער מ'האט ווייטער געצאלט פאר די יורשים לויט'ן הסכם פונקטליך צו די צייט – מ'קען פרעגן די קינדער פון ר' יוסף שמואל) ארום אכט-ניין חדשים דערנאך האט מען זיך אויך צוטיילט מיט מר. ווייס. מ'האט פרובירט פארשידענע מענטשן צו פארהאנדלען, אפילו ר' יוסף שמואל וואס איז שוין דאן נישט געווען קיין שותף האט אליין געמאכט 2-3 מאל הסכמים און יעדעס מאל האט מר. ווייס צוריקגעצויגן. מ'האט אריינגשלעפט רבנים, טוענים און עסקנים אבער קיינער האט נישט באוויזן צו מאכן פארשריט.
סוף יאר 2012 האט מען באקומן בריוון פון לויערס אז מר. ווייס גייט אין קוארט. ר' בנציון האט אים דעמאלס גערופן צום בי"ד אורחות משפט און ס'איז געווען א ישיבת בי"ד December 12 2012 היתכן אז מ'גייט אין קאורט. מר. ווייס האט זיך אויסגעלאכט און נישט געוואלט אונטערשרייבן קיין שטרי בירורין. דא האט איר דעם בריוו פונעם בי"ד. דאקומענט #3
דעם אנדערן טאג אין ביהמ"ד ווען מ'האט אים פארגעהאלטען היתכן האט ער געשוואוירן פאר'ן ארון הקודש אז ער גייט נישט גיין אין קאורט. דעם זעלבן טאג איז אנגעקומען דער סוממענס. דאקומענט #4
נאכ'ן האבן פרעישאר פון די קהלה און וואוילע אידן, האט ער ענדליך מסכים געווען זיך אראפצוזעצען פארהאנדלן. אפאר אידן פון סאטמארער ביהמ"ד אויף צענטע עוועניו זענען געווען די פארמיטלער און נאך לאנגע וואכן איז מען געקומן לידי הסכם און למען השלום האט מען באצאלט פאר מר. ווייס אסאך מער וואס זיין 20%  שותפות איז ווערט געווען.
February 13 2013 האט מר. ווייס מקבל קנין געווען, אונטערגעשריבן דעם הסכם און באקומען אויסגעצאלט עד פרוטה אחרונה. דאקומענט #5 און #5A
אלץ טייל פון דעם הסכם האט מר. ווייס אויך באקומען ריעל עסטעיט. מ'האט דאס געקענט אריבערפירן אויף א גראדער אופן אבער מר. ווייס האט דוקא נאר געוואלט אז דער מהלך פון דעם Transfer זאל זיין אויף א מער קאמפלאצירטען אופן מיטן איין איינציגן ציל אז פאר ר' בנציון זאל עס קאסטן א קיימא לן פון $550,000 נאר אין שטייערן. מר. אהרן יוסל האט אבער אנגעטראגן אז אויב מ'וועט אים געבן אן עקסטערע $100,000 דאן וועט ער מסכים זיין צו גיין דער גראדער וועג עס זאל נישט קאסטן אזויפיל שטייערן...
August 2013 זעקס חדשים נאך וואס מר. ווייס האט באקומען באצאלט און אונטערגעשריבן דעם הסכם האט מר. ווייס אונטער extortion באקומען נאך $100,000... ערקלערונגען זענען איבעריג...! דאקומענט #6
כדי אויסצומיידן ווייטערדיגע "חכמות" פון אים, האט ר' בנציון פארלאנגט פון מר. ווייס א לעגאלן צעטל א Full Satisfaction and General Release וואס איז געווארן רעקארדירט אין די אפיציעלע גריכטליכע רעקארדס אז מר. ווייס איז שוין פולשטענדיג צופרידן און אז ר' בנציון קומט אים גארנישט. דאקומענט #7
January 2014 ארום א יאר נאכ'ן הסכם און ווערן באצאלט, און א האלבע יאר פון דעם "גניבה באונעס" האט מר. ווייס ווידער אויפגעלעבט און געפאדערט נאך געלט. ער האט אים געשיקט א הזמנה צו א דין תורה, (זעה דאקומענט #8) און זיך אים גענומען באשמוצן אין די גאס. ער איז טאג טעגליך ארינגעקומען אין ביהמ"ד און געמאכט קולות אויף ר' בנציון לפני כל העם ועדה און האט אים אהיימבאגלייט פון שוהל מיט קולות.
עטליכע טעג פאר די ערשטע ישיבת בי"ד און וואוסענדיג אז ער גייט סייווי נישט גארנישט געוואונען אין בי"ד האט מר. ווייס געשיקט אן אימעיל פאר ר' בנציון אז אויב וועט ער אים געבן נאכאמאל הונדרעט טויזענט דאללער (דאסמאל איז ער מסכים עס זאל זיין אין פעימענט'ס אויף זעקס יאר...) דאן וועט ער אים אפלאזן. (זעה דאקומענט #9)
בלעיקמעיל פשוטו כמשמעו. ס'איז נישטא קיין אנדערע ווערטער דערפאר. ער כאפט זיך ארויף אויף א איד און הייבט אים אהן צו טערעראזירן און לאזט אים וויסן אז פאר א געוויסע פרייז איז ער מסכים אויפצוהערן.
אבער פארשטייט זיך אז ר' בנציון האט יעצט שוין קלאר געזעהן אז דער מר. ווייס האט א פלאן פון אים טערארזירן און יעדע שני וחמישי פרובירן ארויסצופרעסן נאך אפאר דאללער. און האט אים אפגעזאגט צו באצאלן די "לא יחרץ כלב" פעימענטס.
אין אמת'ן סיי על פי הלכה (וועגן "אין נזקקין") און סיי לעגאלערהייט (וועגן די אונטערגעשריבענע לעגאלע הסכם) האט ר' בנציון שוין בכלל נישט געדארפט נאכקומען דעם פארלאנג פון גיין צו דעם בית דין וואס מר. ווייס האט זיך אליין אויסגעקליבן מיטן בלויזן ציל עס צו נוצן אלץ Blackmailing און Extortion אבער לפנים משורת הדין האט נאכאמאל ר' בנציון באשלאסן אז אויב איז דא א הזמנה פון א בי"ד בישראל גייט ער זיך נאכאמאל שטעלן לדין. אולי ואולי וועט דאס העלפן.
נישט נאר איז ר' בנציון געקומען צום דין תורה, נאר האט אפי' מסכים געווען מען זאל צוריק עפענען די קעיס און אנהייבן פון אלף, אפי' ער האט שוין געהאט סיי א אידישער הסכם אונערגעשריבן פון מר. ווייס און אויכט א לעגאלער הסכם.
עס איז אינטערסאנט ארויסצוברענגן אז דורכאויס די דין תורה האט פאסירט א זאך וואס איז זייער אויפאלענד מר. ווייס האט געמוזט טוישן צו אנדערע טוענים. זיינע טוענים האבן מער נישט געוואלט מיט אים האנדלען ווייל זיי האבן איינגעזעהן אז יעדעס ווארט וואס מר. ווייס רעדט ארויס פון מויל איז פיסטע ליגענטס און פאנטאזיעס. ביים זיצונג פונעם בי"ד האט ר' בנציון געזאגט פאר'ן בי"ד אז די שותפים האבן איבערגעצאלט פאר מר. ווייס און מ'האט אים געגעבן אסאך מער ווי ס'זיך אים געקומען מפני דרכי שלום. און די שותפים זענען מסכים אז מ'זאל נאכאמאל אריינקומען אין ביזנעסס און אריינשיקן וויפיל אקאונטענטס מר. ווייס וויל, אבער מיט איין תנאי. אזוי ווי די שותפים האלטן אז מ'האט אים איבערגעצאלט, אויב די אקאונטענעטס וועלן טאקע דאס פעסטשטעלן זאל מר. ווייס צוריקצאלען פאר די שותפים דאס איבערגעצאלטע געלט.
מר. ווייס האט צו דעם נישט מסכים געווען. און ווען זיין טוען האט זיך געבעטן צו אים: אהרן יוסל, זיי גיבן דיר דאך אלעס וואס די פארלאנגסט, זיי מסכים דערויף. האט ער עס אויך אפגעזאגט. מר. ווייס האט זייער גוט געוואוסט אז מ'האט אים איבערגעצאלט און ער האט באקומען אסאך מער ווי וואס ס'קומט זיך אים. זיין טוען האט זיך דעמאלס אויפ'ן פלאץ אפגעזאגט און איז מער נישט צוריקגעקומן צום קומענדיגן ישיבת בי"ד.
מר.  ווייס האט דעמאלס געדארפט צו טרעפן א נייעם טוען און נאך עטליכע זיצונגען איז געקומען דעם פסק פון זיין אייגענע אויסגעקליבענע בי"ד, אז ר' בנציון איז אים גארנישט שולדיג. נישט נאר דאס נאר דער בי"ד שרייבט נאך צו אין דעם פסק מיט שארפע לשונות אז מיט דעם וואס מר. אהרן יוסל ווייס באשמוצט דעם נאמען פון ר' בנציון ווערצבערגער איז ער א מסרב לדין וכו'... (זעה דאקומענט #10)
צום שלוס:
מר. ווייס איז געגאנגען אין קאורט שלא כדין נאכדעם וואס מ'האט אונטערגעשריבן שטרי בירורין, אונטערגעשריבן א הסכם און גענומען אסאך געלט דערפאר יותר משוי', דערנאך נאכאמאל אונטערגעשריבן זעקס חדשים שפעטער און באקומען עקסטער באצאלט דערפאר, פארלוירן א דין תורה,. יעצט נאכדעם וואס די קאורט און בתי דינים און רבנים קוקן שוין נישט אויף זיין זייט. האט ער זיך גענומען צו די גאס דורך "וואוטס אפ" און לעצטנס מיט פלאקאטען ווי א גבר אלים.
פון איין זייט האבן מיר דא מר. ווייס, וועלכער מ'באדארף נישט דא באזינגען ער איז ברייט בארוהמט באקאנט, איר קענט אים טרעפן כמעט יעדען אינדערפרי שרייען אויף ר' בנציון אין סאטמארער ביהמ"ד אויף צענטע עוועניו און שפעטער איבערן טאג ארומפאהרן מיט'ן ביציקל ארום בארא פארק אהנעם רעקל בלויז מיט א הוט אויפ'ן קאפ. אגב - מר. ווייס איז געווארן אין די לעצטע 15 יאר זייער א פארמעגליכער מענטש. ער האט אויסעגעצאלטע בנינים אין בארא פארק און אנדערע פלעצער (זיינע טענענטס דרייען זיך אין ביהמ"ד און איר קענט זיי טרעפן יעדן טאג), ווען ס'קומט אים גוט אויס שרייט ער אז ער איז אן ארעמאן, און דעם אנדערען טאג שרייט ער אז ער דארף נישט קיין געלט.. ער האלט דרשות אויף וואוטס-אפ און טוישט זיינע נומבערס און מעשיות יעדען טאג.
אויף די צווייטע זייט האבן מיר ר' בנציון און זיין שותף וועלכע זענען באקאנטע פיגורן און אקטיוו אין פילע גרויסע צדקה ארגענעזאציעס און מוסדות, און זענען אויסגערופענען בעלי מדות ובעלי צדקה וחסד... זיי האבן געטון אלעס מעגליך אז די טרענזאקציע זאל איבער גיין בשלום ובנחת.
דער ערשטער האלט דרשות אויף וואוטס-אופ, שרייט נאך מענטשן אויף די גאס און אין ביהמ"ד, און דער אנדערער האט געטון אלעס וואס מ'האט געדארפט עפ"י הלכה און עפ"י מענטשהייט און אפילו לפנים משורת הדין למען השלום, און האט באצאלט א טייערן פרייז דערפאר.
ידע הקהל וישפוט.
למסמכים כנסו כאן:
















אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.