רשימת הבלוגים שלי

יום ראשון, 27 באפריל 2025

הילדה רויזא פראדל לעפקאוויטש ע"ה

 

בד"ה - טראגעדיע: עלף יעריג מיידל אין מאנסי ליידער נפטר געווארן נאך שווערע עקסידענט פאר עטליכע וואכן צוריק

מאנסי - מיט גרויס צער און טרויער מעלדן מיר די שווערע נייעס אז דעם שבת איז ליידער נפטר געווארן הילדה רויזא פראדל לעפקאוויטש ע"ה אין יונגן עלטער פון בלויז 11 יאר, טאכטער פון יבלחט"א רבי יואל לעפקאוויטש, נאכן זיך ראנגלען פאר עטליכע וואכן מיט שווערע יסורים אין די וועסטשעסטער שפיטאל אין די צייט וואס כלל ישראל האט מתפלל געווען פאר איר רפואה.

פארלאפענע מאנטאג נאכט פרשת ויקהל איז זי אראפגעקלאפט געווארן דורך א פארבייפארנדע קאר אויף ראנעלד דרייוו אינדערצייט וואס זי איז געפארן אויף א ביציקל, און רעזולטאט איז זי קריטיש פארוואונדעט געווארן, זי איז אין איילעניש אפגעפירט געווארן אין שפיטאל דורך חברה הצלה, וואו די דאקטוירים האבן  פאר עטליכע וואכן איר פראבירט צוריקצוברענגען אבער ליידער האט זי היינט שבת אויסגעהויכט איר לויטערע נשמה.

בשורות טובות.

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.