נישט אין לאנדאן!
אין היימישן וויליאמסבורג!!!
א גר וואס האט זיך אנגעגעבן אלץ איינער יחיאל ישראל בלויד, ער האט זיך געדרייט די לעצטע פאר יאר אין וויליאמסבורג, מיטן גאנצן חסיד'ישן לבוש, לאנגע פיאות, פלאכע ביבער הוט, שווארץ ווייסע גלעזער, ער פלעגט זיך ווייקן ביים וויזשניצ'ען טיש יעדן פרייטאג צונאכטס, געלערנט אין כולל א גאנצן טאג, געפראוועט א סיום הש''ס עטליכע חדשים צוריק, חתונה געהאט מיט (מכלומר'שט) א גיורות, די חתונה איז פארגעקומען אין וויליאמסבורג, עסקנים האבן צוזאמגעשטעלט דאס געלט, און געבעטן דעם עולם זיך קומען מיטפרייען מיט די גרויסע שמחה, ער פלעגט דאווענען יעדן שבת אינדערפרי אין ישראל והזמנים, אויפגעטרעטן חוה''מ אין ביהמ''ד הגדול אויף ראדני סטריט, געווארן אינטערוויאוט אין היימישע אויסגאבעס אלץ גר צדק וכו' וכו'
איז היינט אנדעקט געווארן אלץ פאלנער גוי!!!!!
ווי ער שרייבט איז ער עוסק אין כישוף און פאר זיין כישוף האט ער געוואלט פראקטעצירן יודישקייט....
ער מיט זיין ווייב האבן זיך קיינמאל מיט קיין בי''ד נישט געטראפן, גוים גמורים!!!
פרטים וועלן נאכפאלגן.
=======================
דא דארפמען אנצייכענען אז ער איז דאס מכחיש טענה'ט אז ער איז א כשר'ער איד, און אז ער ליידט פון לשון הרע
נאך זאגט ער, אז ער קען שוין זיין ווייב צוויי יאר, און נישט דורך די סאטמארער


אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה
שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.