רשימת הבלוגים שלי

יום שלישי, 17 במרץ 2020

די פחד פון קאראונא, וואס קענען מיר טון?

 https://www.dropbox.com/s/qu6c3xkv81xkshq/Sequence%20Full%20-%20YID.mp4?dl=0
 הרה"ק מליובאוויטש זי"ע איז אונז מגלה א סגולה נפלאה אקעגן מחלות!

דער ליובאוויטשער רבי האט זעלטן גערעדט איבער סגולות - אין איין זעלטענע מאל פאר 34 יאר צוריק האט דער רבי אויסגעשמועסט אין א שיחת קודש די געוואלדיגע סגולה אקעגן מחלות - צו לערנען יעדן טאג א הלכה אין רמב"ם – רמב"ם יומי – צענדליגער טויזנטער אידן לערנען יעדן טאג רמב"ם אין דריי באזונדערע סדרי הלימודים

די אימה ופחד פון די ווירוס וואס נעמט ארום די וועלט די צייט, ברענגט אידן צו זוכן סגולות און ישועות פאר שמירה עליונה צו ניצול ווערן. מיט 34 יאר צוריק האט דער רבי אויפגעדעקט די סוד הסגולה והישועה וואס ליגט אין לערנען יעדן טאג א הלכה פון רמב"ם.
עס איז געווען ביי א התוועדות אום מוצאי זאת חנוכה שנת תשמ"ו, ווי דער רבי האט שלא כדרכו, אנדערש ווי זיין געווענליכע סדר נישט צו ממליץ זיין אויף א געוויסע סגולה, האט דער רבי מסביר געועון וויאזוי די לימוד הרמב"ם היומי באהיט אונז פון מחלות און צרות.
"די התוועדות האט שוין געהאלטן ביים ענדע, און פלוצלונג" דערציילן חסידים "האט דער רבי סופרייזט דעם עולם  מיט זעלטענע קלארע ווערטער אז לערנען יעדן טאג רמב"ם איז א שמירה און סגולה צו געראטעוועט ווערן פון מחלות ל"ע"
דער רבי איז מסביר אזוי "די ספר "משנה תורה - יד החזקה, האט דער רמב"ם צוטיילט אין 83 הלכות. די מספר האט א כוונה, ווייל די גמרא אין מסכת בבא-קמא דרשנט אויף די פסוק ״והסירותי מחלה מקרבך״, אז ״מחלה״ איז בגימטריא פ״ג. און אז ווען א איד עסט פת שחרית און טרונקט קיתון של מים ווערט ער געראטעוועט פון די 83 מחלות. האט דער רבי געטייטשט אז עסן מיינט מען דא לימוד התורה וואס איז "אכילה רוחנית" און ווען מען לערנט די 83 הלכות פון רמב"ם איז עס מציל ומושיע פון די 83 מחלות", דער רבי האט געענדיגט מיט ברכת הקודש: "רפואת הקב״ה, אנדערש ווי רפואת בשר ודם, ארבעט באופן אז מלכתחילה ווערט מען אפגעהיטן פון א מחלה, און לימוד הרמב״ם באהיט אז די אלע מחלות זאל נישט האבן קיין שליטה"
 דער רמב״ם אין הלכות דעות פ״ד, ווי ער רעדט איבער הנהגות האדם צו היטן דאס געזונט, שרייבט דער רמב"ם א מורא'דיגע הבטחה אז ווער עס פאלגט די הוראות הרמב"ם ״אני ערב לו, שאינו בא לידי חולי כל ימיו!" און דער רבי האט עס צוגעשטעלט מיט די דבר תורה הנ"ל איבער די 83 מחלות וואס מען ווערט ניצול דורך לערנען רמב"ם און אויף דעם איז דא די הבטחה פון רמב"ם אז דורך עסן אכילה רוחנית, די תורה פון רמב"ם ווערט מען ניצול מכל צער וצרה.
היינטיגע צייטן לערנען צענדליגער טויזנטער אידן איבער די וועלט די הלכות פון רמב"ם יעדן טאג. עס זענען פארהאן דריי באזונדערע מסלולי לימוד: דריי פרקים רמב"ם א טאג פאר לומדים, איין פרק א טאג פאר בינונים און א באזונדערע מסגרת פון לערנען ספר המצות פאר פרויען און קינדער.
בייגעלייגט איז די ווידיא ווי איר קענט הערן די ווערטר פון רבי'ן.

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.