רשימת הבלוגים שלי

יום ראשון, 19 בינואר 2020

על מה ואיך נאבקים בסאטמאר בני ברק

דו ווייסט וואס איך וועל דיר זאגן, איך ווער נתפעל פונעם בני ברק'ער ראש ישיבה'ס אינגעלייט!!!

איך ווייס נישט צום וויפלטן מאל זיי איבערצייגן מיך און די גאנצע וועלט אז זיי זענען גרייט "אלעס צו טוהן" מיט'ן מטרה עס זאל שוין ווערן שלום אין זייער קהלה, און אז די כבוד פון זייער געטרייען ראש ישיבה זאל נישט געטשעפעט ווערן.


שוין איבער א וואך וואס עס דריידט זיך שמועות אז די ראשי הקהלה פון ניו יארק פאדערן ארויסצושטעלן עטליכע אינגעלייט אויף אייניגע וואכן פון די סאטמארע ביהמ"ד אין ב"ב.

ווען איך האב געהערט די נעמען האט מיר אנגעהויבן שווינדלען, וואס האט ר' לייבל היימליך געזינדיגט? האט ער דען אמאל געהויבן א האנט??? וואס האט ר' יואל ביניאמין געטוהן? האט ער דען אמאל געשלאגן??? פארוואס נעמט מען זיי אויף א שעיר לעזאזאל?.

איך האב מיך נישט געפוילט און איך בין אריבער צו איינער פון די פראמינענטע ראשי הקהלה דא אין ניו יארק, און איך האב איהם פערזענדליך געפרעגט מה פשעו ומה חטאו די אינגעלייט אז מען שטעלט זיי ארויס?.

ענטפערט ער מיר: וואס זאל איך טוהן יחזקאל ראטער האט אראפגעשטעלט פאר א פאקט אז זיי דארפן קודם 'פליען'! און דערנאך קען מען בכלל עפעס פארהאנדלען!

מיין בלוט איז מיר ארויף אין קאפ, איך פרעג איהם איהר האלט אז עס איז גערעכט? זאגט ער מיר ניין!!! אבער אמאל דארף מען עפעס טוהן למען השלום אפי' עס איז נישט גערעכט!

איך האב מיך געזעגנט מיט איהם נישט איידער איך האב איהם געזאגט: הער וואס איך זאג אייך! זיי גייען נישט פאלגן! זיי וועלן בלייבן דארט!


היינט דאנערשטאג נאכט כאפט מיך א טרייסל ווען איך הער אז יא! פיהר אינגעלייט ווערן ארויסגעשטעלט פון ביהמ"ד על לא עוול בכפם. די הארץ וויל נישט גלייבן! איך הייב אויף א טעלעפאן צו ר' יואל בניאמין און איך שריי צו איהם: פארוואס???? פארוואס גייסטו???

די תשובה וואס איך האב געהערט האט מיך נאך מער צוטרייסלט! ער ענטפערט מיר: "מיר האבן איינגעזעהן אז די ראשי הקהלה מיינען ערנסט די טובה פון די קהלה, און עס זענען דא גרויסע אויסזיכטן אז דאס וועט ברענגען שלום, און פאר שלום וועלן מיר אלעס טוהן"!!!

זאלסט וויסן ווען איך הער עס נישט אליין פון זיין מויל גלייב איך עס נישט!!!

איך מיין אז דאס רעדט אסאך מיט וועמען מען האט דא צו טוהן!!!

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.