(העתקה מילה במילה להקל על השמיעה)
איך געדיינק וי דער פעטער זכרונו לברכה פלעגט צו זאגן דברי חיזוק התעוררות פארן ציבור מוצאי יום טוב שמחת תורה.
ס'קומט מיר אן אביסל שווער אבער א מנהג קען מען נישט מבטל זיין. כ'וועל אנהויבן מיט ואס דער פעטער ז"ל פלעגט צו זאגן,
שטייט אין מדרש תנחומא פר' פינחס (טז) אמרה כנסת ישראל לפני הקב"ה עליך להוסיף לנו מועדות ועלינו להקריב לפניך. דער זיידע ז"ל פרעגט וי קען זיין אזא זאך יידן האבן גיבעטן מוסיף צו זיין על המצות ס'איז דאך דא א איסור פון לא תוסיף לא תוסיפו, אזוי וי ס'איז דא א איסור פון לא תגרע איז דא אויכט פון לא תוסיף, דער מדרש ענטפערט אמר להם הקב"ה חייכם איני מחסר ממכם ימים טובים אלא אני מוסיף לכם מועדות שתשמחו בהם שנא' (במדבר כט לה) ביום השמיני עצרת תהיה לכם. מדארף
פארשטיין ואס דער מדרש ענטפערט דא. האט דער זיידע ז"ל גיזאגט שמיני עצרת איז נישטא קיין שום מצוה מיוחדת וי אנדערע ימים טובים אזוי וי פסח וי סוכות, נאר די עבודה פון שמיני עצרת שמחת תורה אז ס'נעמט די אלע קדושות פון די הייליגע טעג ואס איז דורך געגיינגען ראש השנה מיט יום כיפור און סוכות צו דעם המשך אויפן גאנצן יאהר. דער פעטער ז"ל פלעגט מוסיף
צו זיין ס'איז דא א יחוד ואס ציעט זיך פון שמיני עצרת ביז פסח די וינטער ואס קומט יעצט אי"ה עלינו די וינטער נעכט האבן קדושת חול המועד, און דאס איז אלץ אז מפארבריינגט נישט די צייט מלערנט מדאוונט מטוט מצות, קען מען ממשיך זיין די קדושה פון די הייליגע טעג אויף א גאנץ יאהר. מיר געזעגינען יעצט פון די ימים טובים מדארף בעטן דעם אייבערשטן ס'זאל זיך ציען, די קדושות ואס מהאט אריין געחאפט אין די הייליגע טעג זאל זיך ציען אויף א גאנץ יאהר און אויף שטענדיק. דער עיקר העקרים ואס א מענטש דארף צו ויסן נישט נאר איינער ואס לערנט אין כולל אפילו איינער ואס ארבעט א גאנצן טאג, דארף צו ויסן אז דער עיקר איז די שעה ואס מקומט אין בימ"ד לערנען און דאווענען, דאס איז דער עיקר דאס אנדערע זיינען נאר טפל, און נאר אזוי קען מען ציען די קדושה פון די הייליגע טעג אויף א גאנץ יאהר. ס'איז דא ב"ה אין אלע שטיבלאך שיעורי תורה יעדער איינער דארף זיך מצרף זיין ער זאל זיין א חלק פון דעם. סאיז דא ואז לערנען דף היומי ס'איז זייער גוט.
לעצטנס איז נתייסד גיוארן אין ברוקלין ס'איז נאך געמאכט פון אנדערע פלעצער, מלערנט א שיעור גמ' און מחזר'ט דאס איבער און
מפארהערטזיך נאך א שטיק צייט ס'איז א רעיון נפלא מאוד, מהאט שוין גיענדיקט גאנץ מסכתא'ס שבת לערנען אויף דעם אויפן
און אריין געגיינגען לערנען אין מסכתא'ס עירובין. כ'האב שוין אסך מאהל גיזאגט דער קביעות עתים לתורה איז נישט נאר פאר דעם יונגערמאן ואס ער לערנט, נאר דורך דעם בריינגט מען אריין א קדושה אין שטוב אריין א קדושה אין די קינדער.
יעדער איינער וייסט אז דער בסיס דער יסוד פון גאנץ חסידות זיינען היינט די מוסדות, די מוסדות הק' ואס ס'איז דא אויף יעדער
פלאץ יעדער מדינה יעדער שטאט ועל כולם די מרכז פון מוסדות, יעדער איינער וייסט אז דאס איז א זאך ואס 'ס קומט נישט אן אומזינסט ס'קאסט אסך געלט, מבעט פון יעדן איינעם נישט זאל געבן געלט זיך משתתף זיין און זיין א נדיב, נאר יעדער איינער
זאל זיך פילן א שותף ממש פארן קיום פון די מוסדות הקד'. יעדער איינער זאל זיך פילן מוסיף צו זיין נאך נדיבים און נאך נדיבים ואס זאלן זיך משתתף זיין אין די הוצאות פון די מוסדות
ס'פראן היינט א כלי ואס וערט אנגערופן אינטרנט, א כלי ואס איז מוקצה פאר א חסידישן ייד, ס'איז דא פאר אזעלכע מענטשן ואס זיינען מוכרח דאס צו האלטן סוחרים, מהאט אן גימאכט אויף דעם א פילטר, אעפ"כ מיט דעם צוזאמען מיטן פילטר איז דאס נישט קיין זאך לכתחילה. אזוי איז אויך דא היינט אזא כלי ואס דאס הייסט סמארט פון אפילו מיט א פילטר, דאס איז א כלי ואס איז מזיק פאר יעדן איינעם, ס'בריינגט צו מאכן קשרים צווישן פארשידינע מענטשן ואס זיינען וייט איינע פון דעם צווייטן, וייט נישט נאר בגשמיות נאר ברוחניות, און אסך מאהל בריינגט דאס צו צו מאכן קשרים צווישן מענער און פרויען ס'בריינגט צו ממש צו גיטין ס'איז זייער א שלעכטע זאך. ב"ה אז די לעצטע יאהרן וייס יעדער איינער צו גוט אז אין אונזערע שטיבלאך זעהט
מען נישט אזא כלי, מדארף וייטער און וייטער שטייען על המשמר און אכטונג געבן.
ס'האט זיך אויף גישטעלט לעצטנס די אורגניזציה ואס הייסט .. פאר וייבער, יעדער איינער וייס דעם גרויסן תועלת ואס ס'בריינגט סיי אין ארץ ישראל און סיי אין חוץ לארץ , און אסך מאכן דאס שוין נאך ס'איז א גרויסער תועלת פאר יעדען
איינעם אין יעדן פלאץ.
ס'איז דא אסך שטיבלאך ואס ס'קומען זיך צוזאמען יונגעלייט, און אנשטאטס צו דאווענען אדער צו לערנען שמועסן זיי און רעדן
נערישקייטן, און דאס איז ממש אן עון פלילי.. נישט נאר זיי דאווענען נישט נאר זיי לאזן נישט קיין צווייטן דאווענען.
ס'איז לעצטנס איין געפירט צווישן היימישן יידן צווישן יונגעלייט מערער ואס הייסט קבוצות, און די מטרה פון דעם מרבה צו
זיין אהבה ואחדות ורעות צווישן יונגעלייט, יעדער קבוצה העלפן זיך איינער דעם צווייטן, מזאל זעהן זייער שטארק מחזק זיין
דעם ענין דאס איז זייער א גרויסע זאך 'ס, האט זיך שוין איבער געויזן.
מוייסט דאך גאנץ גוט א גרויסע חלק פון יונגעלייט ואס האבן חתונה לערנען אין כולל און זיי זיינען ממשיך אסך יאהרן צו לערנען זייער גוט. אבער ס'איז דא אסך ואס זיי קענען נישט און זיי זיינען נישט ממשיך און זיי הייבן אן צו טרעפן זוכן א פרנסה, ועגן דעם האט מען גימאכט א זאך ואס דאס הייסט מכלול א אורגניזציה ואס ס'זוכט אויס פאר יעדן יונגערמאן עם טרעפן א חשובע פרנסה. פרנסה איז נישט נאר דער פשט די ארבעט ואס בריינגט אריין געלט, פרנסה דארף זיין אין אזא מין מקום אין אזא ארבעט ואס ס'בריינגט נישט אריין אין קיין איסורים ס'בריינגט נישט צו קיין איסורים, היינטיקע צייטן אין יעדע
זאך אין יעדע פשוטע פרנסה קומען דאך פארשידינע פארשידינע שאלות פארשידינע פארשידינע עניינים פארשידינע פארשידינע קולות, און מדארף פון דעם זיך שטארק אכטונג געבן (משלי ג ו) בכל דרכיך דעהו והוא יישר או ורח תיך, יעדער זאך ואס מזוכט צו
טאהן דארף מען זוכן זאל זיין על פי תורה על פי יידישקייט על פי חסידות זאל נישט זיין אין דעם קיין שום שאלות . דער אייבישטער זאל העלפן פאר יעדן איינער געזונט און פרנסה, כשר'ע פרנסה נחת פון די קינדער.
מיר ועלן צוריק גייען צו דעם מדרש ואס מהאט אנגעהויבן אמר להם הקב"ה חייכם איני מחסר ימים טובים ממכם אלא אני נותן
לכם מועדות שתשמחו בהם שנאמר ביום השמיני עצרת תהיה לכם, שמיני עצרת שמחת תורה איז א הכנה אויף א גאנץ יאהר.
דער אייבישטער זאל העלפן מזאל מיט נעמען פון די היילקע טעג אהבת הבורא און יראת הבורא, כל מיני השפעות טובות
ברוחניות ובגשמיות, דער אייבישטער זאל העלפן זאל נתרומם וערן קרן התורה וקרן ישראל, דער עיקר דער אייבישטער זאל
אונז זוכה זיין צו די גאולה שלימה בביאת משיח צדקנו במהרה .. אמן ...
דער אייבישטער זאל געבן א גוט א געזונטע יאהר א פרייליכע יאהר פאר איינק אלע, פאהרן געזונטערהייט און זיין געזונט, א געזונטן וינטער און א געזונטן תמיד
כל מיני השפעות טובות כל החסדים בחיי אריכי ובני ומזוני רויחי כל הנחת .. אמן...

אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה
שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.