רשימת הבלוגים שלי

יום שישי, 13 ביולי 2018

אנשי ראטער מתקיפים את אנשי מייזליש בטענה כי 'רבם דקרו'

מאת סאטמארי

דברים שנאמרו ע''י הגה"צ ראש ישיבת מהרי"ט ד'סאטמאר ב"ב שליט"א בענינים העומדים על הפרק:

ס'איז א חשוב'ע שיעור, יונגעלייט קומען לערנען מוצ''ש ס'איז א מדריגה, מוצ"ש מ'האט קוים גענדיגט שלש סעודות און מ'קומט שוין לערנען, איז אוודאי אז צו די יונגעלייט דא האט דאס נישט צו טון, אבער מ'דארף זען צו איבער געבן פאר ווער ס'מיינט אז ער קען עפעס טון.

לגבי די פאשקעווילן וואס ס'דרייט זיך דא לעצטנס אין די קהילה, מ'דארף וויסן שרייבן אויף יענעם א פאשקעוויל איז אפילו יום כיפור נישט מכפר, בין אדם למקום העלפט יום כיפור, בין אדם לחבירו איז אפילו יום כיפור העלפט נישט, המלבין פני חבירו ברבים אין לו חלק לעולם הבא, מ'שרייבט א פאשקעוויל און מ'שיקט דאס אוועק מ'שיקט דאס ארויס, אין לו חלק לעולם הבא, מ'דארף וויסן אז נישט דאס איז אונזער דרך דאס איז היפך פון די תורה, 
דער פעטער דער רבי זאל זיין געזונט האט צער פון דעם, מ'שרייבט אויף חברי הנהלה, און אפילו נישט אויף חברי הנהלה, א פאשקעוויל דארף מען וויסן איז א זאך וואס בל יראה ובל ימצא, מ'טאר נישט מיט דעם האבן קיין שייכות נישט מיט דעם און נישט פארדעם, ס'איז פאר מיר פערזענליך אויך נישט גוט אויב עמיצער מיינט מיין טובה, זאל ער וויסן אז ער מאכט מיר נאר א שלעכטס מיט דעם, מ'טוט מיר גארנישט קיין טובה אז מ'שרייבט פאשקעווילן, א זאך וואס איז היפך פון די תורה קען קיין גוטס פון דעם נישט ארויס קומען, ס'קען נישט קיין טובה ארויסקומען אז מ'שרייבט אויף יענעם פאשקעווילן.
זאל דער אייבישטער העלפן, ס'זאל זיין שלום ושלוה במחנינו אזוי ווי ס'איז געווען אמאל, ס'דא א מאמר, כ'האב דאס נישט געטראפן אין די גמ' דער של"ה הק' ברענגט דאס אראפ, מחלוקת אחת דוחה מאה פרנסות, און פונקט פאקערט אז ס'איז שלום דאס ברענגט פרנסה, מ'האט היינט געליינט פרשת נשא, יברכך ה' וישמרך יאר ה' פניו אליך.. וישם לך שלום, דער אייבישטער זאל העלפן ס'זאל זיין שלום בקרב מחנינו, און ס'זאל ארויסקומען נאר כבוד שמים

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.