מאת סאטמארי
יעצט פרייטאג מיטאג ערב שב"ק לס' וידבר משה אל ראשי המטות, איז פארגעקומען א אסיפת חירום דורך די בעלי בתים דקהילתינו הק' אין בני ברק, די אסיפה איז פארגעקומען און פאררופן געווארן דורך ר' יהושע הערשקאוויטש וועלכער איז פערזענליך א חסיד פון קהל מהרי"ץ דושינסקיא און בימי החול דאוונט ער בבית מדרינו אין שיכון, און וואוינענדיג אין שיכון האט ער געווייטאגט צוזעהן ווי עטליכע יונגען שרייען נאך די געטרייע חברי הנהלת המוסדות וועלכע פיהרן אן מיט מסירות נפש די הנהגת הקהילה והמוסדות.
געעפנט די אסיפה האט דער בעל אכסניא ר' יהושע הערשקאוויטש ארויסברענגענדיג מיט ווייטאג די חילול ה' והמקדש ווען פוחזים וריקים האבן די העזה און חוצפה צו מהרהר זיין אחרי רבו און שטערן די סדר ההנהגה פון די קהילה און די מוסדות, ווי אויך האט ער באדויערקט די שמועה אז דער ראש הישיבה שליט"א פילט נישט גוט דערפון.
דעריבער וויל ער דא מיטן גאנצן ציבור באפוילן אז די אלע מחוצפים מוזן איבערבעטן רבינו שליט"א און זיך אונטערנעמען נישט צו שטערן די שלום ושלוה אין די קהילה הק'.
דאן האט זיך אויפגעשטעלט ר' זלמן לייב שווארץ און גע'טענה'ט אז וויבאלד מ'העצט דעם רבי'ן שליט"א, לייגט ער פאר אז מ'זאל ארויסשיקן א משלחת פון עטליכע בעה"ב צו רבינו שליט"א לשמוע מה שבפיו הק'.
גלייך האט זיך אויפגעשטעלט ר' יצחק אייזיק ווייס און געזאגט אז ער נעמט זיך אונטער צו באצאלן די קאסטן פון די טיקעט'ס פאר א משלחת פון 4 מענטשן נישט קיין חברי הנהלה וכדו', זיי זאלן אנפרעגן די דעת קדשו.
דאן האט זיך אויפגעשטעלט ר' הערשל האלצער און אנגעפרעגט וואס טוהט מען דערווייל צוריקצושטעלן די סדר התורה והתפילה אין ביהמ"ד עס זאל נישט געשטערט ווערן דורך די עטליכע מחוצפים.
דא האט גענומען דא ווארט ר' יצחק ברוך אילאוויטש און בתור חבר הנהלה קלאר געשטעלט אז די הנהלת הקהילה והמוסדות שטייט אין טעגליכע פארבינדונג מיט רבינו שליט"א ועל פיו ישק כל דבר, און ספעציעל אין די אנגעווייטאגטע פרשה בנוגע די מענטשן וועלכע האבן לעצטנ'ס אנגענומען א קאמף אנטקעגן די הנהלת המוסדות היל"ת.
ר' יצחק ברוך האט ערווענט אז די הנהלה הארבט בעבר און בהוה מיט פקודתו ה' פון רבינו שליט"א און צווישן די אויך צו מכבד זיין דעם ראש הישיבה שליט"א מיטן פולסטן כבוד וואס קומט איהם, ולראיה האט ער צוגעברענגט די פארגאנגענע ימים טובים ווי ל"ג בעומר וכדו' וועלכע איז ווייטער צוגעשטעלט געווארן כמקדם טראץ די שווערע קאסטנ'ס און אלעס בדרכי השלום והשלוה.
צום שלוס פון די אסיפה איז באשלאסן געווארן אז מ'וועט פארמירן א וועד פון עטליכע בעה"ב און זיי ארויסשיקן צו רבינו שליט"א קיין אמעריקא צו הערן דעת קדשו וואס צו איבערגעבן פאר'ן ברייטן ציבור.
כניסה לאתר

אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה
שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.