רשימת הבלוגים שלי

יום שני, 28 באוגוסט 2017

מה קורה בבית הכנסת אנשי ליובאוויטש בבורו פארק ומדוע ההנהלה הנוכחית עומדת על כך שצריכים להפיל את הבנין ולבנות במקומו חדש

שלום עליכם חבר.
דו ביסט געווען איינער פון פילע וואס האבן מיר געפרעגט איבער די אישו וואס קאכט זיך: וואס גייט פאר איבער דעם אלטן ביהמ"ד אויף 12 און 41. ביהמ"ד אנשי ליובאוויטש. 
האסטו מיר געפרעגט ווייל איך בין א שטיקל שכן און איך דאווען דארטן, און איך בין א גוטער חבר מיט ידידי ר' אשר גליק הי"ו, פרעגן מיר מענטשן "וואס איז דיין פרעספעקטיוו".
איך האב נישט ליב צו ספענדן איבעריגע צייט און דעריבער האב איך נישט געקלערט פון שרייבן, אבער זעענדיג ווי מען שרייבט איבער דעם און עס מאלט זיך ארויס א בילד כאילו א גענגסטער ווארפט אראפ א הייליגע בית המדרש, א זאך וואס איז אזוי ווייט פון די מציאות כרחוק מזרח ממערב, און אלס ידיד פון אשר און איינער וואס האט אלעס מיטגעהאלטן שפיר איך אז איך מוז אראפגעבן מיין פרעספעקטיוו צו זאגן די אמת. 
ביהמ"ד אנשי ליובאוויטש איז גאר אן אלטער שוואכע צעפאלענע שול און האט פאר די לעצטע מערערע יארן נישט געצויגן קיין עולם, די ביהמ"ד האט נישט געבליעט, עס האט קוים עקזיסטירט, קיין הכנסה איז נישט געווען און דעריבער איז אלעס געגאנגען שוואך.
אשר גליק איז א שכן און ער פלעגט דאווענען דארטן פאר די לעצטע זיבן אכט יאר. זייענדיג אן אקטיווער מענטש, אן איש חי ורב פעלים איז ער געווארן א רוח החיים אין די שול. א גאר אפטער שליח ציבור וואס דאווענט פארן עמוד, מיט צוויי און א האלב יאר צוריק איז נפטר געווארן דער לאנגיעריגער גבאי ר' פייוול גאלדבערג, האט די הנהלה געבעטן ר' אשר זאל איבערנעמען די גבאות און געווארן דער גבאי פון די שול און געטראגן די עול פון די ווירטשאפט און האט פרובירט צו אריינבלאזן א רוח החיים. 
א שוהל וואס ווערט נישט בעארבעט פאלט, און דעריבער האט די שול נישט אנגעפילט איר פאטענציאל, עס איז נישט געווען קיין געלט צו צאלן פאר מעינטענעטס און מען האט זיך איבעראל געזוכט צו שפארן און אשר, דער אקטיווער גבאי האט געזוכט אלע עצות ותחבולות צו אויפקומען מיט געלט צו איבערבויען די שול, איינפירן פראגראמען, אנווארעמען די זאך און עס מאכן א גוטע קהלה קדושה בישראל. 
די שול האט נישט געהאט קיין שטארקע פירערשאפט מיט יארן צוריק האבן מתפללים פארשיקט דארטן א רב, און די לעצטע 15 יאר איז געווען דארטן א חשובער רב הרב ישראל חיים סאמעט הי"ו וואס האט געדינט אלץ רב פון שול, עס איז נישט געווען קיינער וואס איז בעל הבית אויף די שול אדער זאל שאפן די געלט צו עס אויפפיקן ווען עס צעפאלט פון אלע זייטן. די שול האט געהאלטן ביים צופאלן און הרב סאמעט האט שוין נישט געגלייבט אין די שול און האט זיך אנגעהויבן מאכן א אייגענע בית המדרש אין זיין דירה אויף 1173-42
ר' אשר גליק איז אבער אן ענערגישער יונגערמאן און האט אין מיטינגס מיט די קהלה ארויפגעברענגט אז מען זאל רופן ריעל עסטעיט דעוועלאפערס זאלן זעהן צו די שול קען בויען דירות און מאכן א הכנסה צו אויפהאלטן די שול. מען האט גערופן דעוואלאפערס, און עס איז געווען קלאר אז מען קען גארנישט טון מיט די עקזיסטירנדע בניין, מען דארף עס אראפווארפן כדי צו קענען בויען א בית המדרש און דערויף דירות.
די קהלה האט אנגעפרעגט ביי דיינים אויב מען מעג עס טון, און די דיינים האבן געפסקנט כדת וכדין אז מען מעג אראפווארפן א בית המדרש כדי איר צו אויפבויען שענער. און מען האט אנגענומען צום סוף א גאר סוקסעספולער און ערליכער ריעל עסטעיט דעוועלאפער ר' משה אהרן קארפן וועלכער האט אריינגעגעבן א שיינע פלאן צו בויען א ריזיגע בית המדרש און דערויף הייזער און די דיעל איז גאר גוט פאר די בית המדרש.
ר' אשר מיט די אנדערע עסקני הקהלה האבן מודיע געווען אין א מיטינג איבער דעם מקח און געמאכט די קניין כדת וכדין, לעגאל און מען האט ב"ה באקומען די לעגאלע תוקף ווען דער אטוירני דזשענעראל וואס דארף סיינען אויף א קאנגרעגעישאן טראנזאקציע.
געוויסע מענטשן האבן אנגעהויבן א שטיקל מערכה אקעגן ר' אשר און די פלאן פון פארקויפן, און האבן אנגעהויבן א קאמפיין וואס האט זייער גוט אויפגעכאפט. עס קלונגט זייער גוט ביי מענטשן וואס האבן ליב א דראמאטישע געשיכטע, און אט איז עס געווארן א געשיכטע ווי פאלגענד: א סאטמארער חברה'מאן האט געלייגט א יד אויף א ליובאוויטשער שול, ער ווארפט עס אראפ און בויעט דירות!
ניין, עס רעדט זיך פון אן אלטע שול וואס דער אקטיווער גבאי אינאיינעם מיט די מתפללים זוכן די בעסטע לעזונג פאר זייער באליבטע שול, און די איינציגע פראקטישע עצה פאר א צובראכענע אור אלטע הויז איז אראפווארפן און איבערבויען, און די איינציגע וועג דאס צו טון איז דורך מאכן א פינאנציעל אויסגעהאלטענע פלאן.
דער לאנגיעריגער פרעזידענט פון די שול ר' חיים יעקב ווייסמאן האט דאס קלאר ארויסגעברענגט אין אן אפיציעלער בריוו מטעם די קהלה אז די מקח איז די טובה פון די ביהמ"ד, אויסגעפירט דורך די לאנגיעריגע גבאים ועסקנים, און איז כדת וכדין.
די צד שכנגד איז געגאנגען צו ערכאות אן קיין רשות בית דין און נוצט די מידיא און די אינטערנעט זייטלעך צו לייגן פרעשור, דעריבער האב איך געוואלט זאגן די מעשה פון זיין זייט.

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.