רשימת הבלוגים שלי

יום שני, 28 באוגוסט 2017

שאלות ותשובות על הקורה בבית הכנסת אנשי ליובאוויטש בבורו פארק


איר האט געוואלט עפעס פרעגן?
איז עס א ליובאוויטשער בית המדרש?
די נאמען איז אנשי ליובאוויטש, און אמאל האבן דא געדאווענט חסידי חב"ד. אבער למעשה איז עס געווען מער אזא שוואכע געגענט שול, אן קיין קשר צו חב"ד.
די העצער מאכן עס קלינגען ווי עפעס א חב"ד שול וואס ווערט גע'גנב'עט, עס איז שקר. אבער ליתר שאת און אלס כבוד פון די אלטע מתפללים זכרם לברכה וועט די שול זיין א המשכה, זייערע נעמען וועט נקבע ווערן לדורות און אסאך שטיקלעך פון די אלטע צעפאלענע שול וועט אריינגעשטעלט ווערן אין די נייע ביהמ"ד.
גייט דארטן זיין א רב?
ר' אשר האט מציע געווען אז מען זאל אויפנעמען א חשובער רב אין די געגענט, הרב משה יוסף אונסדארפער שליט"א זלאזיצער רב וועלכער איז א גאר פאפולערער רב אין די געגענט אלס דער נייער רב. דאס איז נאכנישט אריבערגעגאנגען די גאנצע החלטה פון די קהלה און פון דעם דערמאנטן רב און איז דערווייל בגדר הצעה. 
"אבער איז ער אריינגעקומען דא מיט די באהאלטענע פלאן צו איבערנעמען די שול?" 
די פאקט איז אז ער איז שוין דא פאר זיבן יאר, געטריי באדינט בנאמנות די שול. איך קען אים נישט אלס קיין סעלפישער מענטש, פארקערט, איך זעה א ידיד וואס איז א געוואלדיגער בעל טובה, א איש החסד וואס טוט א געוואלד פאר יחידים און פאר צרכי ציבור, ער האט אליין געדאווענט דא און באקומען א געפיל צו העלפן בויען די בית המדרש און אויפבליען דעם מקום קדוש.
איך קען נישט ענטפערן אויף יעדע טענה און משכנע זיין מענטשן, אין די סוף איז עס אן עניין פון נאמנות, איך קען אים, איך זעה שוין יארן וויאזוי ער איז דארטן און טוט די מלאכת הגבאות מיט א פרישקייט, יום ולילה לא ישבותו, און איך זעה אז וואס ער האט געטון דארטן איז געווען בנקיון כפיים און די מערכה אקעגן אים איז נישט אויסגעהאלטן.
אבער למעשה באראבעוועט ער די שול?
לאמיר קוקן ניכטער דא, אן אלטע חרובער שול וואס פאלט צוזאמען ברוחניות ובגשמיות, און דא ווערט די שול פריש אויפגעבויעט ברוחניות ובגשמיות, מיט א הערליכע צען טויזנט פיס שול! מיט א הערליכע זאל און סערוויסעס פאר די קהלה, ווער באראבעוועט א שול?
מענטשן האבן ליב צו פאנטאזירן אויף יענעם מאכן גרויסע געלט, אבער אין פאקט א ביזנעס מבין קוקט גוט די נומערן וואס די שול האט יעצט, וואס זי באקומט און וויפיל ריוח מען באקומט, וויפיל זענען ווערט הייזער העכער א שול זענען ווערט, און וואספארא הערליכע שול דא קומט פארשטייט אז די שול מאכט די בעסטע דיעל!
אלזא, ווער מיינט אמת'דיג די כבוד פון די עלטסטע שול אין בארא פארק
דער וואס לייגט שוין יארן אריין ענערגיע און כח, און ארבעט יעצט אויף א גרויסע פראיעקט פארן עתיד פון די שול, לפאר ולרומם בית אלקנו, א הערליכע געשמאקע חסידישע שול פאר די גאנצע סביבה, אדער אפאר ליידיגייערס וואס קומען דארטן אמאל כאפן א פריע מעריב און א ציגארעטל און וואס האבן ליב די פלאץ אזוי הפקר און צעלאזט? 
די וואס דאווענען דא יארן לאנג און ארבעטן אריין, אדער מענטשן וואס האבן געזעהן אויף סאשעל מידיא אז עפעס טוט זיך און זיי קומען צולויפן ליבהאבנדיג עקשאן. 
הלוואי זאל יעדער דאס אפלאזן, מונע זיין חילול השם און אפאר יארן ווען עס וועט דארטן שטיין א הערליכע בית המדרש לשמחת לב כל הסביבה וועט יעדער זעהן למי החותמת ולמי הפסולים.

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.