*ככלות השבעה למוהר"ר אהרן אוסטערליץ הי"ד לאמיר מודה זיין ידינו כן שפכו את הדם הזה!*
חז"ל
לערנען אונז אז דער עגלה ערופה איז זיך צו וואשן די גילט. האבן דען די
סנהדרין געהארגעט דעם מענטש אז זיי מוזן שרייען ידינו לא שפכו את הדם הזה?
יא!
ווייל איז מיר שווייגן צו אזא שרעקליכער מארד זענען מיר א שותף גלייך אויף גלייך צו דודל טווערסקי ימח שמו וזכרו.
זיין
קרבן הרב החסיד הצדיק רבי אהרן אוסטערליץ ה' ינקום דמו הטהור איז געטראפן
געווארן פונקטלעך פאריגער וואך אזא צייט אין א וואלד טויט מיט צוויי קוילן
אין קאפ.
מיר האבן אלע געזעהן די קליפ ווי די סקווערע בחורים שרייען ביידערנאכט "ארי אויסטערליץ ארויס פון סקווער"
און
קיין איינער פון אונז האט גארנישט געטאן דאס אפצושטעלן. זענען מיר אלע
פאלנע מערדער נידעריגע רוצחים און עס העלפט נישט קיין תשובה בין אדם לחבירו
אז מיר האבן אים דאך געהארגעט. ער איז נישטא מער אונז מוחל זיין. און
אוואדאי איז נישט שייך דא ברענגן קיין עגלה ערופה ווייל מיר זענען דאך
שקרנים אז מיר זאגן דעם לא מיט אן א'.
איין זאך קענען מיר יא טאן: די יתומים און אבלים שטייען איצט פון שבעה איר קענט זיי שיקן געלט. אביסל אפוואשן אייער גילטי קאנטשעס.
זיי
זענען געזעצן ביי א מומע א שוועסטער פונעם דערמארדערטן זי הייסט מרת
מאיראוויץ שרייבט ארויף אויפן ענוועלאפ אז דאס איז פאר די יתומים פון ר'
אהרן ז"ל
אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה
שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.