רשימת הבלוגים שלי

יום חמישי, 15 באוקטובר 2015

תקרבו קרובים לפני שאתם מחפשים את הרחוקים

מאת היימישער

די רשעות פון נישט אנעמען קינדער אין די מוסדות איז א רשעות וואס עטס פארשטייסט נישט ווי ווייט די רשעות גייט, און ווי ווייט דאס מאכט חרוב כלל ישראל
איך רעד יעצט אפילו נישט פון קיין פריוואטע מוסדות וואס קען מיט רשעות זאגן דעם אויסגעזויגטן תירוץ גיי צו א צווייטע מוסד ווייל וואס האסטו מיט מיר...
איך רעד דא פין קהילה׳ישע מוסדות ווי למשל סאטמאר, וויזניץ , באבוב, ועוד...
מיט וואספארא רעכט ווען למשל סאטמאר נישט אנעמען די קינדער פון א אינגערמאן וואס האט אלע זיינע יארן געלערענט אין סאטמאר? ווייל ער איז א שוואכע אינגערמאן? ענק האבן געהאט צוואנציג יאר איהם צו מחנך זיין אויב ענקער חינוך סיסטעם ארבייט נישט דארפען יעצט נישט זיינע קינדער גיין אין פאבליק סקול!!!
און ס׳איז שוין נישט קיין סוד אז אינז לעבען היינט אין א שווערע וועלט פיל מיט נסיונות וואס אמאל איז נישט געוועהן, אזוי ווי די אמאליגע צדיקים פלעגן זאגן אויף אינזער דור אז בעקבתא דמשיחא וועט מען זיך דארפען דראפן אויף די גראדע ווענט זיך צו האלטן ביים אמונה...
אידישקייט איז גענוג שווער אזוי אויך, עס איט איס... פיל מיט נסיונות... פארוואס מאכט מען עס נאך שווערער??
פארוואס נעמט די מוסדות א אינגערמאן
וואס לייגט תפילין יעדן טאג, דאווענט 3 מאל א טאג, זאגט שמע ישראל ה אלקינו ה אחד, און מען נעמט נישט אריין זיינע קינדער אין מוסדות וועגן ער גייט מיט א פאלא-שירט (קארצע ערמעל) אדער ווייל ער גייט מיט באקעל שיך?!?!?
עטס זענטס נארמאלע מענטשען? פאלא שירט? וואס איז שלעכט מיט קארצע ערמעל???? אידישקייט איז איהם שוין גענוג שווער מיט אלע טעגליכע נסיונות פארוואס מאכטס עטס איהם עס נאך שווערער מיט זאכן וואס האט גארנישט מיט אידישקייט אדער הלכה???
און נאכדעם קימט מען אין ביהמ״ד נאך געלט פאר נחמת ישראל און פאר חסד לאברהם... מען איז ביזי מאכן קירוב רחוקים. זאגשע נאר וואס טוט זיך מיט די אייגענע מענטשען??? הייבטס אן צו טיען קירוב קרובים פאר מען טוט קירוב רחוקים!!!!!
אבער וואס טוט מען אנשטאטס מקרב זיין די אייגענע מענטשען? מען ווארפט אוועק די אייגענע מענטשען?!!?!?!
און מען רעדט נישט דא פין אינגעלייט אפיקורסים מען רעדט פין פשוטע אינגעלייט וואס פאר מאיזה סיבה שהוא זענען זיי אביסל שוואכער ווי די סטענדערד אינגערמאן... וועגן דעם טארן זייערע קינדער נישט האבן קיין מוסד????
און נאך דעם ווינדערט מען זיך פארוואס די אפיקורסישע גרופע ״פוט-סטעפס״ האט שוין ליידער היינט צוטאגס איבער טויזענט מעמבערס!!!
ווייל אז מען ווארפט זיך מיט די אייגענע מענטשען, מען ווארפט בוחרים פין ישיבות, מען ווארפט קינדער פין מוסדות קיקט עס אזוי אויס!!!!!!
הערטס אויף צו אוועקווארפען ענקערע אייגענע מענטשען!!! די אלטע סאטמאר רבי ר׳ יואל זי״ע וואלט דאס קיינמאל נישט געטיען אין ער האט דאס קיינמאל נישט געטיען!!!!
פינקט פארקערט ער האט מקריב געוועהן זיינע מענטשען נישט מרחק געוועהן זיינע אייגענע מענטשען!! און אפילו א נישט זיינס א מענטש פלעגט ער מקריב זיין אפילו אידן ציונים ווען ער האט זיך געטראפן מיט זיי פריוואט האט ער זיי מקריב געוועהן און געגעבן געלט אויב ס׳איז געוועהן פאר א צדקה צוועק.
ס׳איז באקאנט א מעשה פון ר׳ נתן יוסף ז״ל די מנהל פין די סאטמאר ישיבה אין סענסטריט, איז ער אריינגעגאנגען צום סאטמאר רבי׳ן ז״ל זיך באקלאגען אויף א בחור וואס דרייט זיך ליידיג ער דאווענט נישט ער לערענט נישט און ער וויל איהם ארויסווארפען פין ישיבה
האט די רבי באפוילען אריינצוריפען דעם בחור. איז די בחור אריינגעקימען צום רבי׳ן פרעגט איהם די רבי ס׳איז אמת וואס ר׳ נתן יוסף זאגט אויף דיר אז די דאווענטסט נישט די לערענסט נישט?
האט די בחור א שאקל געגעבן מיטן קאפ אין געזאגט אז יא... האט זיך די רבי זי״ע אויסגעדרייט צו ר׳ נתן יוסף אין געזאגט... א בחור וואס זאגט נישט קיין ליגענט ווארפט מען נישט ארויס פון מיין ישיבה!!!
לענייננו די סאטמאר רבי ז״ל האט געוויסט און פארשטאנען די הארבקייט פין ארויסווארפען א בחור פין ישיבה אין די חורבנות וואס דאס טוט ברענגען. און ס׳איז ידוע אז ער פלעגט קיינמאל נישט ארויסווארפען א בחור פין ישיבה חוץ א בחור וואס האט ממש פארדארבען אנדערע בחורים אבער אויסערדעם האט ער קיינמאל נישט ארויסגעווארפען קיין בחורים אין אוודאי אין אוודאי נישט קיין קינדער ילדים שלא טעמו טעם חטא!!
וועלן מאנכע פרובירן צו פארענפערן די הנהלי המוסדות און זאגן אז יעדע מוסד וויל האלטן זייער מוסד פאר א געוויסע קרייז אין אויב איינער אין נישט פינקטלעך ווי די קרייז וואס די הנהלה האט אפגעמאכט זיי זיכען, זענען זיי נישט מחיוב אנצונעמען די קינדער פין די שוואכערע שטיבער
איז אזוי די קהילה׳שע מוסדות קענען ניטאמאל זאגן דעם תירוץ פאר צוויי סיבות.
1)
ס׳איז נישט דיין פריווייטע מוסד און אז מען האט נישט

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.