רשימת הבלוגים שלי

יום שישי, 15 במאי 2015

מיר האבן נישט קיין דירות קרייסיס מיר האבן א רבנים קרייסיס

מאת ווילימסבורגער

רבותי;
סאיז א טעות די גאנצע זאך!
די גאנצע אויפרעגעריי און הארץ עסעניש - די גאנצע מכלומר׳שטן סקאנדאל איז א פלעינער מיסטעיק.
ניין, מיר האבן נישט קיין דירה קרייסיס,
מיר האבן נישט קיין רענט קרייסיס און אויכנישט קיין ארטיסטן אדער חב״דסקער קרייסיס....
נאר וואס יא?
אבל יש כאן ״רבנים קרייסיס״.
א שמוציגן אנגעזייעטן ׳סירפלאס׳ (שפע) פון צודרייטע רעבישע קיען מיט שיעפע טאשן - אנ׳ע דזשאבס - שיכור פון ליידיגיין און קראנק פון אזויפיל שנארן.
ווער ברויך זיי?
ווער האט זיי געפרעגט אפילו פאר א מיינונג?
ווייסן זיי דען נישט אליין אז זיי זענען די וואס פארמערן מחלוקת און פארטרייבן פרנסות?!
ווייסן זיי דען נישט אליין אז זיי זענען די וואס פארמערן מסירות און פארטרייבן די גאולה?!
יא יא, אן אנשיקעניש פון פינף שטאקיגע געביידעס - דריי טענאנטס מיט די צוויי איבריגע פאר זיי, אלע האבן זיי פראנט פארטשעס העכער מיין קאפ אז ווען איך וואק דורך אין די ווינטער - ווארפן די אומבאלומפערטע זרע לבטלה׳ניקעס שניי באליס אויף מיין היט!!!!!
און די פאני פארט דערפון איז אז ״איך האב דאך באצאהלט פאר דעם הויז״!!!!
אדני קודש, תרומת המשכן... וכדו׳.
א מין חוצפה; די טייערסטע חתונות, באקוועמסטע קארס, שענסטע הייזער, רייכסטע וועש..
און וואס - מיין אינטערנעט איז די פראבלעם?!
זיצט זיך אזוי באקוועם ביי שלש סעודות אויף זיין ברוינעם לעדערנעם שטיעל - וואס אגב - האב איך אויך באצאהלט דערפאר - און זינגט און פארפירט וועגן לוקסוס????? זאג נאר די - ווער האט דיר געבויעט דיין הויז? הא?
(איך וואלט געהאט חשק אז די אלע רבי׳לעך זאלן פרעגן זייערע געטרייע נדבנים צו זיי וואלטן ווען זיך געקענט  ערלויבן די אלע נדבות ווען זיי האבן ווען נישט קיין אינטערנעט.....)
שבת הגדול פארפירט מען וועגן תאוות אכילה און עסן כשר לפסח נאשעריי... - זאג נאר - ווער גיט די הכשר אויף די אלע דרעק???
נאכדעם זאמלן זיי אונז איין ווי שעפעלעך אין גרויסע זאלן און אין סטאדיומס - און ווייזן אויף אונז זייערע פעטע אויסגעפאשעטע פינגער אז מיר זענען שולדיג אויף אלע פראבלעמען???
נאר וואס דען?
מיר דארפן זיך צאמנעמען, אלע בעלהבתי׳שע אידן אויף א רינדעכיגן אויבן׳אן און די רבי׳לעך אינדערמיט, און שרייען אויף די רבנים!!! געניג איז געניג!!!
אונז ווייסן אויך פארוואס משיח קומט נישט; וועגן ענקערע מעשים.
ווילט עטס געלט - גיי ארבעט!
ווילסט כבוד און דרך ארץ - פיר דיך אויף ווי סדארף צו זיין!!
ווילסט אונז זאלן קומען און פאלגן די דין תורה? - הערטס אויף צו גיין אין קאורט!!
עטס מעגטס יא?!
ווילט איר אונז זאלן האבן שלום מיט אונזער עלטערן און משפחה? - ווייזט אונז א סעמפל!!
מיר ווילן און וועלן האלטן די תורה גענוי אזוי שטרענג ווי אייך!!
אבער ווייזט אונז דעם דרך הישר אן׳ע נגיעות און היפאקריטעיט.
א דאנק

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.