רשימת הבלוגים שלי

יום רביעי, 26 בפברואר 2014

בצניעות בבורו פארק לא הנשים הבעיה אלא הגברים המסתכלים היכן שלא צריך

חבל שזה נכתב באידיש ככה עוד אלפים היו קוראים ומבינים, אכתוב כאן בתמצית, הכותב יוצא נגד אלו שלוחמים למען הצניעות בבורו פארק, לטענתו נשות בורו פארק צנועות מאוד, הבעיה הם הגברים המסתכלים היכן שלא צריך ומתרגשים מנשים צנועות, הללו זקוקים לרופא שיטפל בהם ככה יפתרו את בעיות הצניעות. במילים אחרות לאו עכברא גנב אלא חורא גנב

וכך כותב איש בורו פארק:

אזוי ווי עס קאכט זיך יעצט איבער די נערישע כינוס עצרת "צניעות" ווען די אייגען געקרוינטע רבנים און טאטעס פון
שטאט וואס שרייען אז די מצב אין צניעות איז ממש שרעקליך און בארא פארק איז נעבעך געווארען א פלאץ ווי א חסידישע יונגערמאן קען נישט ארויס גיין,
דערפאר האב איך באשלאסען אז איך גיי גיין אין די גאסען פון בארא פארק לשם שמים ממש, גיין קיקען צי בארא פארק איז טאקע אזוי משוקע אין תאוות היצר, און צי די פרויען דא גייען אנגעטין ווי פרוצות,
בדרך כלל גיי איך מיט די אויגן אראפ, נישט ווייל איך שפיל הייליג, נאר פשוט אלץ נימוס (מענערס) נישט קיקען יענעם אין פנים ווי דער האן אין בני אדם
אבער היינט האב איך געהויבען מיינע אויגען און ריכטיג באטראכט יעדע פרוי וואס איז דארעך מיינע ד אמות, און אפילו פרויען וואס האבען שפאצירט עקראסט די סטריט
ווי זינגט מיכאל: קיק און קיק און פארשטיי נישט, די אויגן פון זיי אראפ גייט נישט....
איך זאג נישט קיין גוזמאות, איך האב שפאצירט בערך א שעה, די צייט וואס די גאסען זענען פיל מיט פרויען וואס לויפען צי די ארבעט, מיידלעך אין סקול, און מאמעס ווארטען פאר די באסעס, עס זענען דארעך געפארען מיינע אויגען גאר אסאך פרויען פון אלע מינים, אלע קרייזען
און איך בין געקימען צי די מסקנה
אז מן הסתם רעדען די עסקנים פון א אנדערע בארא פארק, ווייל אין בארא פארק וואס איך קען האב איך נישט געזען קיין איין איינציגע פרוצה, אלע גייען גאר שטארק צניעותדיג אנגעטין, בשיא הצניעות וואס קען זיין, זיי ציען נישט קיין אויגען בכלל, איך קען זאגען אז איך בין אהיים אן קיין איין הירהור, נישט ווייל איך בין א אלטע איד, איך בין יונג מיט פרישע הייסע בליט אבער משום מה בין איך נישט געווארען איבערגענימען פון קיין איין פרוי, ווייל די נשים צדקניות וצנועות פון בארא פארק זענען מקדש שם שמים מיט זייער צניעותדיגע מלבוש און גאר איידעלע התנהגות, אשרי העם שככה לו, וואויל איז מיין חלק אז איך וואוין אין אזא ערליכע שטאט
איין זאך וואס איך האב יא געמערקט, אז יונגעלייט, איך רעד פון פרימע חברה, מיט גראטלעך גייען מיט אויפגעריסענע אויגען אויף יעדע נקיבה אפילו ווען דאס זאל זיין א נקיבה פון א טויבעלע (די עופות וואס פליען ארים איבעראל בעיקר אין די 13'טע גאס)
די חברה דרייען זיך ווי משוגעים מטורפים, דאס האב איך שוין בעצם לאנג באמערקט, ווען איך גיי מיט מיין ווייב אויפען גאס (מיין ווייב איז זייער א איידעלע פרוי וואס ציט בכלל נישט קיין אויגן) קען אדרעך גיין פרימע חסידים, מיט די גאנצע טראגע, און זיי קלאצען ווי קעלבלעך ווי קיען נאך ווערען אויסגעהינגערט פאר 7 וואכען,
מיסטער הלבערשטאם און מיסטער האראוויץ אוודאי האבען ענק הירהורים, נישט ווייל בארא פארקע פרויען זענען פרוצות, חס ושלום זיי זענען ערליך, נאר הדבר תלוי בכם, ענק זענען חולה סעקס, יעדע נקיבה וואס ענק זעען, זעען ענק דערין איין ווארט "סעקס" נישט מער, ענקער קאפ אין משוקע אין די זנות ווי א חולה נפש, זייט מוחל אין גייט צים דאקטער נעמט מעדעצין פאר די מחלה, ווייל איר זענט ביטער קראנק, חולה

בכלל אז איר רעדט שוין יא, לאז אפ די פרויען, רעד צי די מענער פון די בחורים ביז די אלטע זיידעס מיט די גרויסע אויגען, היט אייערע אויגען, ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם, האלט אייערע אויגען אראפ, קיק נישט אזוי פיל, טראכט נישט אזויפיל זנות, די אלע זאכען זענען שולט אויף דער וואס איז פנוי מן החכמה, זעצט אייך לערנען אין באזיכט דעם דאקטער 1 מאל א וואך

2 תגובות:

  1. כל הכינוס הוא של יהושע פרץ הורוביץ בנו של יענקל הורוביץ מיארטשוב (טלז)
    והמבין יבין

    השבמחק
  2. I wonder if its worth even responding to such an article. while its true that plenty of men walk on the streets while looking at every women passing however you dont expect to see much "pritzos" in the way women dress when its below the freezing point temperature. why dont you go and do the same when its nice and warm weather out there. or walk into any "better" simcha in the lobby and see whats going on there.......Thanks

    השבמחק

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.