יידיש אונטן.
כנכד להורים פולנים שנוסע לאמריקה כעת, יש לי תובנה מ2 המצבים בשבוע האחרון:
יש בדיחה שחסיד פולני וחסיד הונגרי נפגשו וראו בניין גדול ויפה. החסיד ההונגרי אומר, אני רוצה לתרום את הבניין הזה עבור מוסד ציבורי ושהשם שלי יהיה כתוב עליו. אומר לו החסיד הפולני, ואני רוצה שהבניין יהיה רשום על שמי... וזה בעצם מה שראינו בשתי התמונות.
נתניהו נתן לטראמפ את הכבוד ואת הקרדיט, וטראמפ נתן לו במקום זה כסף וחומרים בשביל לעזור לו.
-להבדיל אא"ה-
אותו דבר, הנגיד העשיר האמריקאי בזבז הרבה כסף בשביל לקבל כבוד. החסידים הפולניים חסכו המון כסף גם אם זה במחיר של קצת פחות כבוד.
אַלס אַן אײניקל פֿון פּוילישע חסידישע עלטערן, וואָס דרייט זיך לעצטנס אין אַמעריקע, האָב איך באַמערקט ווי אין איין וואָך איז מיר אויסגעקומען אַ פֿאַרכאַפּנדיקער בליק אויף דעם אאונטערשייד צווישן כאַראַקטער פֿון גרופּעס.
צוויי בילדער וואס דערציילן אַלעס.
לאָמיר אָנהייבן מיט אַ שטיקל זאַפֿטיקן וויץ וואָס פערקלערט אַלץ:
אַ פּוילישער חסיד און אַ הונגערישער חסיד האָבן זיך באַגעגנט און געזען אַ גרויסן, שיינעם הויז, אינעם שטאט צענטער.
דער אמעריקאנער הונגערישער חסיד זאָגט: "איך וויל בייטראָגן דעם בנין פֿאַר אַן עפֿנטלעכן מוסד און מיין נאָמען זאָל זײַן אױף אַ ריזיקן שילד פון פֿאָרנט!"
דער פּוילישער חסיד זאָגט אים רואיג: "איך וויל אַז דער בנין זאָל זײַן רעגיסטרירט אויף מיין נאָמען..."
דאָס איז אייגנטלעך וואָס מיר האָבן געזען אין די צוויי סיטואַציעס די לעצטע וואָך.
נתניהו דער פּוילישער ייד, האָט געגעבן פאר טראַמפּ דער אַמעריקאַנער דעם כּבֿוד און דעם קרעדיט פֿאַר'ן נצחון אין דער מלחמה קעגן די איראַנער, און טראַמפּ האָט אים דערפֿאַר געגעבן געלט און טײַערע מאַטעריאַלן צו העלפֿן אים אין דער מלחמה.
- להבֿדיל אא"ה- די זעלביקער זאַך: דער רײַכער אַמעריקאַנער הונגערישער נגיד האָט אויסגעגעבן אַ סך געלט כּדי צו קריגן כּבֿוד, און די פּוילישע חסידים האָבן געשפּאָרט אַ סך געלט, אויפֿ'ן פּרײַז פֿון מוותר זײַן אויף א ביסל כּבֿוד.

אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה
שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.