רשימת הבלוגים שלי

יום שלישי, 18 באפריל 2023

האדמו"ר האהרוני יוצא למאבק במי שבנו דירות מסביב לקרית יואל בטענה כי הוא המרא דאתרא שלהם והם חלק מקרית יואל


 קרית יואל פארשפרייט זיך צו נאך געגנטער, אבער אלעס איז "קרית יואל"!

יעצט ביים סעודת הילולא אין ביהמ"ד הג' קרית יואל האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א דערקלערט מיט שארפע און קלארע ווערטער אז אלע געגנטער וואו "קרית יואל" פארשפרייט זיך זענען אטאמאטיש "א חלק פון קרית יואל"!, און קיינער האט נישט די רעכט אנצורופן סיי וועלכע געגנט פון דאהי ווי אן אייגענע שטאט, און אוודאי נישט איינצופירן אייגענע מנהגים, אייגענע הוראות, אא"וו.

"ס'איז אלעם א חלק פונעם פעטער'ס שטאט! ס'איז קרית יואל"

דער רבי האט קלאר ארויסגעברענגט אז דער רבי ז"ל האט געגרינדעט דעם אידישן שטאט "קרית יואל", ער האט עס 'נישט' געגרינדעט אלס א ווילידזש, און די שטאט איז נישט מוגבל צו די ווילידזש גרעניצן, נאר ביז וואו דער ציבור פארשפרייט זיך, ביז דארט איז קרית יואל! און די וואס ווילן אפטיילן געגנטער אלס אן אייגענעם כח, און שוואך מאכן די הוראות פון רביה"ק זי"ע דער מייסד הקרי', האט דער רבי ז"ל א שארפע הקפדה אויף אים, און ער לאזט דאס נישט צי, קיינער האט נישט די כח אזאנס צו טון, און קיינער וועט נישט קענען טוישן די מציאות!

יעדער ערליכער איד איז וועלקאם צו וואוינען אין "גאנץ קרית יואל", איבעראל וואו קרית יואל פארשפרייט זיך, אבער אלעס מוז זיך פירן לויט די סטאנדארטן פון "קרית יואל", און אלעס מוז זיין לויט די הוראות פונעם פעטער, דער רבי זי"ע מייסד הקרי'.

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.