רשימת הבלוגים שלי

יום חמישי, 11 ביוני 2020

מיט "מינדערוויכטיגע" שינויים יסודות'דיגע פרטים וואס האבן זיך געטוישט במשך די לעצטע פאהר וואכן!!

מאת סאטמארי

1. אלע ראשי הקהילה איבער די וועלט זענען פאראייניגט און האבן זיך ארויסגעשטעלט אפען קעגן יחזקאל ראטטער און זיינע בריונים, מיט בריוון, דרשות וכדומה. און איבערהויפט מיט'ן זיך אפזאגן פון די ''וועד הידוע לשמצה''.

2. די גאנצע מערכה - כולל די לעגאלע און בעלות אישוס - אין בני ברק ווערן יעצט געפירט פון אמעריקא דורך די זעלבע אידן וואס גיבן אבאכט אויף נכסי ק"ק ומוסדות סאטמאר עולמי. און וואס זענען געשטאנען אין פראנט אפצוראטעווען די נכסי הקהלה אין וומ"ס, קרית יואל, בארא פארק.

3. עס איז שוין צוזאמגעשטעלט געווארן פון ראשי הקהלה איבער די וועלט א קאסע פון אריבער א האלב מיליאן דאלאר במשך די לעצטע וואך, פאר לעגאלע און סטראטעגישע קאסטן.

4. די אמביציעס פון צד ראטטער איז ארויסגעקומען אויפן אויבערפלאך, ווען די וועלט האט געזעהן ווי ער איז גרייט געווען צו פארשפארן טאטאל דאס בית המדרש הגדול פון כ''ק מרן רבינו שליט''א. און פארוואנדלען א היכל אין ה' צו א בית רציחה דורך אראבישע רוצחים פון בית חנינא, אלעס פאר זיין תאוות הנצחון והשררה.

5. זייערע שמוציגער פאשקעווילן קעגן הרה''ח ר' מאיר הירש הי''ו און זייערע טעראר טאקטיקן קעגן אלע חברי הוועד, האט ארויסגעוויזן ווער זיי זענען, און וואס זיי זענען אלס גרייט צו טוהן צו איינער וואס גייט נישט אין זייער שפאַן.

6. זייערע אויסברייטערן די מערכה פון 'פשוט זיין געטטרייע חסידים'...ביז צו וועלן זיין בעלי בתים יחידים אויף יעדע זאך אין סאטמאר, האט געמאלדן פאר יעדן איינעם, אז דאס איז א מערכה קעגן די הנהגה פון כ''ק מרן רבינו שליט''א. זיי רודף'ן און ווילן אומברענגן יעדן עסקן און כלי קודש וואס ארבייט תחת מרותו פון רבינו שליט''א. און נישט נאר פון היינט נאר אזוי טוהען זיי שוין די לעצטע צוואנציג יאר. ואטו כי רוכלא נילך וניזל...

7. די פאקט אז זיי לויפן נאך די זאליס אין ארץ ישראל און אין אמעריקא, צו פראבירן צו באקומען הילף אוועק צו כאפן דעם ביהמ''ד הגדול פון כ''ק מרן רבינו שליט''א, האט ארויסגערופן גרויס אויפברויז ביי אנשי שלומינו איבער די וועלט. איבערהויפט ווען מען האט באקומען די גריסן איבער'ן זיצונג פון הערצקא (העצערקא) הידוע און אברהם בראך (יא, דער פון וואלובאוט..) מיט משה גבאי און יעקב בער ט"ב וואו זיי זענען גרייט געווען צו מוותר זיין אויפן ביעם סענטער, און אז'ש דער בית החיים און אהל הק' גופא אלס כדי 'צו צופיקסן' אנ"ש אין בני ברק, דאס האט שוין ארויס גענומען סאטמארע חסידים פון די כלים. (וויאזוי האט נאר יעקב בער געזאגט?: הערצקא שטיין וועט גרייט זיין צו לייגן זיין רבי'ן אין פאללאק'ס אבי צו ארויסווארפן חיים הערש'ן)

8. אידן אין בני ברק האבן געזעהן פרייטאג צו נאכטס ווי שטוב מענטשן פון יחזקאל ראטטער האבן אלע געהאט דעם סעלפאון בעצם יום השבת, און איינער פון זיי איז גאר געקומען מיטן קאר און שבת אנצופירן מיט די פאגראם.

9. דעת הציבור אין בני ברק האט זיך שטארק געטוישט, ווען שטילע אידן וואס האבן נישט געכאפט ביז יעצט די בייזוויליגע פלענער, האבן זיך פארמיאוסט פון די ראטטער קאמפאניע - יחידים משתלטים על הציבור.

10. דעת הציבור אין די וועלט (וואס האט פאריאר פארלאנגט אז ראשי הקהילה זאלן זיך אריינלייגן אינעם נושא) ה‎אט זיך קלאר געטוישט, נאכ'ן איינזעהן אז סיי וועלעכע ראש הקהל עס גייט נישט מיט'ן ''פאראויס געשריבענעם פלאן'' ווערט געסטראשעט מיט'ן ארגסטן ביז ער שטעלט זיך צו אדער זאגט זיך אפ!!!!

יא יא, יחזקאל ראטטער וחבר משחיתיו, ברענג נאך איינמאל די אראבער וועסטו מרחיק זיין פון דיר נאך אפאר אידן!!!

מיר קענען קוים ווארטן!!!

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.