יעצט אפגעליינט אלעס.. געקוקט די קליפס...
מיין סך הכל איז ווי מיר זאגן א גאנצע צייט.. מ'רעדט דא פון בערך 100 אידן
וואס זענען אנגעווייטאגט זה בכה וזה בכה, און זיי האבן זיך ארום גענומען
מיט חיים הערש צו פירן א מערכה קעגן רבינו שליט''א און די הנהלה.. (איך
וועל מסכים זיין אז ס'איז דא דארט אפאר תמימי לב וואס זענען יא חסידים פון
רבינו שליט''א, און יענע אידן ווייסן טאקע נישט ווי מיאוס די מייזליש'עס
רעדן קעגן דעם רבי'ן)
ווען ער האט זיינע 100 אידן עשי''ת אויף אן עמערדזשענסי יום תפילה אן די גלעזער.. איז די תירוץ, ווייל דער ציבור ארבייט און מ'פארט נישט אויף מירון...
ווען ער האט זיינע 60 אידן ביי זיך אין די סוכה.. איז די תירוץ, ווייל סוכות לויפט דער עולם ארום צו די גרויסע רבי'ס..
ווען ער האט 45 מענטשן חנוכה.. איז די תירוץ, ווייל דער עולם האט פארטיס אין דערהיים...
ווען ער האט 100 אידן ביי א מלוה נאכן מאכן א 911 אז מ'גייט שוין איבערנעמען די שיכון.. איז דער תירוץ, אז רוב עולם קומט נישט צו סתם א מלוה מלכה...
און ווען מ'האט 100 אידן
נאכן זיך אויסגעשלאגן פאר א פורים טיש.. נאכן זיין אזוי פיל יארן
אונטערדריקט אונטער יחזקאל ראטטער'ס רשעות, גייט מען ענדליך פירן אליינס...
די 90 פראצענט בני ברק גייט שוין ענדליך אפ אטעמען פון די 10 פראצענט וואס
האבן פארכאפט די מאכט.. מ'גייט ארויס פון גלות, און מ'גייט אפיציעל פירן
פאר זיך מטעם הוועד העליון און מיט דעם שיקן דעם באמבאסטישן סיגנאל קיין
אמעריקא.. קומט שוין ווייטער די תירוץ פון די ספינערס, אז דער עולם איז
געפארן קיין ירושלים.. און פון די הופער כולל ספינערס קומט די תירוץ, אז ר'
מענדל האט נישט מער...
קינדערלעך..
מאכט משוגע וועמען איר ווילט... א מייזליש בלייבט א מייזליש.. זיי האבן
נאך קיין איינער נישט מצליח געווען, נישט זיין טאטע אין ב''פ, נישט זיין
ברודער אויף 12'טע עוועניו, נישט מרדכי אהרן אין וואלאבאוט, און עס וועט
פון אים גארנישט בלייבן... ביניאַמין און היימליך וועלן אים אויך איבערלאזן
צום סוף...
לאמיר
געדענקן גוט פון ווי חיים הערש קומט.. דער איד איז געווען א רבי פאר 550
משפחות, אנע דעם וואס א איד זאל פוגע זיין בכבודו אפילו במחשבה.. און ער
איז געבליבן מיט 100 מענטשן.. טאקע אפאר תמימי לב, אבער רוב דערפון וואס ווילן הפקירות...
אזא
מחלוקת קען מען אנמאכן איבעראל איבער די וועלט.. גארנישט קיין קונץ...
מ'ברויך נאר אפאר געשליפענער בעלי מחלוקת וואס זאלן דאס אנצודרייען..
אין
בני ברק איז עס פערצופאל געשעהן פאר די עבירה אז יחזקאל ראטטער האט נישט
געהאלפן אריינשלעפן נאך אינגעלייט צו פארלירן זייער אפגעפלאגטע פארדינטע
געלט צו קויפן דירות אין דעם אנגעזעצטן שיכון אין בית שמש..

אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה
שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.