רשימת הבלוגים שלי

יום ראשון, 11 במרץ 2018

מודעה של הקנאים

  • א חשובע מעלדונגען
  •  איז געטראפען א פרישע גזירה צו מאכן א פראטעסט(און א גיטע געלטער) .

  • א ספרדישע בעל תשובה פון דימונא געבט דרשות וועגען קנאות מיט השקפה איש בל יעדר
  • .א גרויסע ליטווישע כולל אין קרית ספר(עץ'ערס) זיכט א תמימות'דיגע לאנדאנער גביר
  • א בחור פון 56 יאהר אלט זוכט חברותא פאר לערנען ספרי קנאות נאך מיטאג פאר שחרית
  • איז געטראפען נעבן א קנאי'שע בית מדרש א גרויסע פעקל פון פריייע צייטונג
  • מ'זוכט א נטורי קרתא'ניק וואס האסט נישט האבען קיין פעייסבוק

  • א חבורה פון יונגעלייט אין בית שמש גרייט צו טאנצען נאך פטירה פון ליטווישע גדולים
  • א גיבור חיל אלטע פרענקישע בחור זיכט א שידוך.ער האט געלערנט האלב יאהר אין כלא 6 און נאך 4 חודשים אין כלא 4.בקי ביי די גאנץ שירי המערכה.זיין טאטע איז א תמימות'דיגע ספרדישע און כמובן נישטא קיין געלט

  • מ'זוכט א נייע חשובע ליטווישע גדול פאר קריגען מיט איהם
  • מ'זוכט ביינער אין בית שמש פאר א פראטעסט קעגן חילול קברים.
  • מ'זוכט יונגערמאן פאר עפענען א נייס איס קעגן גזירת הגיוס.גיטע פראצענט פאר קאמיסיאן.
  • א גיטע בראקל פלייש וואס געשאחטן אדורך שוחטים וואס נעמט נישט קיין געלט פון טריפענע מדינה אויף זיין אייגענע נאמען
    • א פראנצויזישער יונגערמאן זיך שוין איבער א יאהר די טלפון נומער פון הוועד להצלת ילדי צרפת
  • מ'זוכט אן עטיופישע מיידל פאר גזירת גיוס בנות החדשה
אם נתרגם ללשון הקודש זה יוציא את כל הטעם העסיסי של האידיש

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.