מאת שדכן
שדכן: האלו איך וואלט אייך געוואלט אנטראגען פאר אייער געראטענער טאכטער א זעלטענע בחור,
טאטע: וואס הייסט ? אדרבה לאמיר הערן,
שדכן: ער האט נארוואס געמאכט א סיום פין ישיבה גדולה,
טאטע: יא יא וועלעכע סיום אויף וועלעכע מסכת ?
שדכן: גאר א שווערע מסכת עס האט געדויערט 3 יאר דאס צו ענדיגען מאנכע נעמט עס 25 יאר ביז צום סיום,
טאטע: אזוי ! אין וואס טוט זיך מיט חסידות ?
שדכן: אהה גוט אז איר פרעגט, ער איז א פאברענטער חסיד... כ׳מיין פארברענט א חסיד...
טאטע: גאר גוט ! אין וואס איז מיט מענטשלעכקייט כ׳מיין וועט ער קענען העלפען אין שטוב ?
שדכן: וואספארא שאלה ? ער האט צוויי גוטע הענט אין קען זיך
גאר גיט אויס מיט געז טאמער גייט עפעס wrong .. אין נאך אסאך קענטענישען
וואס ער האט באקומען ערפארונג אין די ישיבה גדולה וו.צ.ב.ש. קאכען, באקען,
וואשען,
טאטע: וואס זאגט איר ?! וואס מען לערנט היינט אויס אין ישיבה ... אין וואס טוט זיך מיט מידות טובות ?
טאטע: וואס זאגט איר ?! וואס מען לערנט היינט אויס אין ישיבה ... אין וואס טוט זיך מיט מידות טובות ?
שדכן: קוק אהער, כ׳מיין אז עס איז נישטא נאך איינער אויף דער
וועלט וואס האט אוועקגעגעבן אזוי פיל פין זיך פאר יענעמ׳ס וועגן, ער האט
מקיים געווען די מאמר חז״ל ״מוטב שיפיל את האחר לתוך כבשן האש ולא ילבין
פני רבו ברבים״ אין אפילו ווען עס האט נאר אויסגפעהלט צו זאגן ״צדקה ממני״
האט ער דאס קטעגאריש אפגעזאגט בפקודת הקודש, אין...
טאטע: איין מינוט, פין וועם רעדט איר דא ?
שדכן: ער הייסט שאול יחזקאל שפיצר פין שיכון סקווירא יצ״ו,
טאטע: טו מיר א טובה, דער וואס איז געזעצן אין jail ?
שדכן: ניין איר פארשטייט נישט וואס דא איז פארגעגאנגען, עפעס
אן אויסווארף א עוכר ישראל ידוע האט זיך פארטשעפעט מיט עם אינמיטען די נאכט
אין זיין בעק יארד, אין כדי זיך צו פארטיידיגען הבא להורגך השכם והורגו
האט ער עם געווארפען א באטל געזאלין דאס אלעס, עס האט גענומען דעם דזשאדזש
דריי יאר צו אנערקענען דעם אמת... מ׳האט אפילו געזאגט תהילים תמניא אפי אין
גאנץ סקווירא לישועתו...
טאטע: וואס זאל איך טון, דאך האט מיין טאכטער מורא פין א יוצא מבית האסורים א יורד לחיים אין א שורף נפשות...
אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה
שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.