רשימת הבלוגים שלי

יום שישי, 27 במרץ 2026

חד גדיא עתיק ביידיש


 חד גדיא יידיש

1. הער זיך איין חבר לעבען נעם אין האנד דאס פידל- צו שפילען חד גדיא דאס אלטע לידל - און חאטש דאס לידל איז גאנז אלט- וועט ער ווערן ניי באלט.
א. הקשב נא ידידי כלבבי, קח בבקשה את הכינור לידך, לשיר יחד  את ה"חד גדיא" העתיק ולמרות שהניגון די  ישן הוא יתחדש תיכף.
חד גדיא
2. 2. איין ציגעלע איז געווזען ביי דעם אלטן טאטן,  וואס ער האט זיך פארמאגט פון זיין  גאנצן משא ומתן, ווען דער אלטיצ'קער פלעגט זיך זינגע,- פלעגט דאס ציגעלע אונטער שפרינגן. חד גדיא
ב. גדי עזים היה לסבא הזקן, זה מה שנשאר לו מכל המסחר בחייו, כל אימת שהזקן היה שר, העז היה רוקד לעומתו, חד גדיא
 חד גדיא חדיא
3. אבער פלוצלינג איז דער שלום בית געווארן צעשטערט, וייל דאס קעצעלע האט פון ציגעלע א מעקען דערהערט, איז דאס קעצל נישט געווען פויל, געכאפט דאס ציעגעלע גלייך אין מויל.
ג. פתאום השלום בית הופר, כי החתול שמע את פעיית הגדי, החתול לא התעצל ותפס את הגדי  ישר לפיו, חד גדיא 

4. . אבער דער הונט ער וויל פון גארנישט וויסן, ער איז בייז וואס ער האט נישט געטאן געניסן, האט ער זיך צעבריקעט מיט די פיס,  געלאפן צום קעצעל און געגעבן א ביס.
ד. אבל הכלב לא מוכן לדעת מכלום, הוא כועס שלא לקח חלק בארוחה, אז בעט ברגליו ונשך את החתול, חד גדיא 

5. . אבער דאס האט באמערקט דער מיט די צווי עקן, דאס איז דער גרויסער לאנגער שטעקן,  איז דער  שטעקן געפאלן אויף א עצה, אנגעקלאפט דעם הונט גוט אין פלייצע. חד גדיא
ה. אבל לזה שם לב זה עם שני הקצוות הלא הוא המקל, אז המקל התיישב בדעתו והנחית מכה על גב הכלב, חד גדיא
6. . אבער דאס האט געקאסט דעם שטעקין זייער טייער, ווייל דאס האט באמעקרט אין אויבן דער פייער, איז דער פייער געווארן אין כעס- און געמאכט פון שטעקן א בערגל אש.
ו. והפעם זה עלה למקל ביוקר, כי האש מהתנור התמלא בחימה ושלח להבה שהפך את המקל לאפר. חד גדיא 

7. . אבער פון דעם איז דער פייער ארויס א נאסער, ווייל דאס האט באמערקט פון ברונען די וואסער, האט ער פון זיך געגעבן א שפריץ, און געלאשן דעם פייער פון די היץ. חד גדיא
ז. אך מכל זה האש  יצא רטוב, כי הבאר עקב אחרי המתרחש, השפריץ  מעצמו נחשול מים וכיבה את האש לגמרי.
חד גדיא חד גדיא
8. . אבער דאס האט באמערט דער גרויסער באק- דאס מיינט  מען דאך דעם גרויסן אקס, האט ער מיט די מארד געגעבן  א טינק און געמאכט פן וואסער א גוטן טרינק.
ח. לכל זה היה עד השור הענק, הפר המסורבל, הוא הכניס את לועו למים והפך את זה לשתיה מרווה, חד גדיא חד גדיא
9. . אבער דא האט זיך אריינגעמישט נאך איינער אויכעט, דאס איז דער שטעטלדיקער שוחט, האט ער ארויסענומען דעם לאנגן מעסער און געוויזן אז ער קען בעסער.
ט. וכאן התערב כבר השוחט של העיירה, הוא הוציא את הסכין מהנרתיק והראה לכולם שהוא מומחה  יותר מכולם, ושחט את הפר.
חד גדיא חד גדיא
10. אבער פון דעם אלעס האט זיך נישט אויסגעלאזט קיין קאטאוועס, ווייל דא האט זיך אריינגעמישט דער מלאך המוות, האט ער ארויסגענומען פון שייד דעם שווערד, און אוועק געלייגט דעם שוחט אויפן דרערד.
י. מכל זה כבר לא יצא בדיחה כלל, כי כאן נכנס לתמונה מלאך המוות, הוא הוציא את חרבו מנדנה והרג את השוחט, חד גדיא חד גדיא

11. . און אז הקב"ה האט געזען אז פון איהם פאגעסט מען אינגאנצן, יעדער טוט זיך אפ זיין ארבעט און ער גייט זיך טאנצן, האט ער זיר גענומען צום רעכטן און דעם מלאך המוות געטוהן שעכטן.
 יא.  כשבורא עולם ראה שממנו שכחו לחלוטין, כל אחד מבצע את זממו והולך לו לרקוד, הוא החליט לעשות את הראוי ושחט את מלאך המוות, חד גדיא חד גדיא.

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.