רשימת הבלוגים שלי

יום שישי, 28 ביוני 2024

אשרי מי שבא לכאן ותלמידו בידו

 

אשרי מי שבא לכאן ותלמידי בידו

א גאר שיינער אפיזוד איז פארגעקומן אין בארא פארק די פארגאנגנע יו״ט שבועות בצל כ״ק מרן אדמור מוויען שליט״א וואס האט געוויילט אין שטאט אין פילע תלמידי וחסדי אין טויזונטער אידן פין עיר ואם בישראל בארא פארק, וואס האבען זיך חוסה געווען בצילא דמימנותא ובצל הקודש בעת ובזמן קבלת התורה. 

אינטערסאנטע באמעקונג איז געווען ציווישען די חוסים בצילו פין די רב שליט״א איז געווען איינע פין די ערשטע תלמידים דער באקאנטער ת״ח ופה מפיק מרגליות הנגיד והעסקן המפורסם רבי אהרן נאה שליט״א, עס איז געווען גאר א שיינער מראה צו זעהן בשעת די קרפעיל פשעטעל יו״ט נאך שחרית כנהוג ביי גאוני וצדיקי הדור מקדמת דנא (כידוע די רב שליט״א זיידע דער גרויסער גאון הדור דער בעל קול אריה זי״ע פלעגט פארן קיין צאנז צום הייליגען דברי חיים זי״ע 26 יאהר נאכאנאנד זיך מפלפל זיין אין דעים קרעפיל פשעטיל)  האט די רב שליט״א געבעטען פין תלמידי החביב רבי אהרן צי זיצען לעבען עים בשעת די תורה אין די רב שליט״א האט אנגעהויבען כנועם לשונו א פילפלא אריכתא געויבעט אויף א די גמרא אין שבת פח: אין געבויט די תורה אויף א מכילתא אין פרשת יתרו מיט א שאלה איבער די י״ב מיל תחימין מיט תשובה פין שואל ומשיב אין אבני נזר אין א חידוש פין חתם סופר זי״ע געפלאכטען גג על גג.

 ווען די רב האט גענדיגט די תורה אין שלחנו הטהור האט די רב שליט״א געבליבן אין ביהמ״ד פאר א שטיק צייט אין זיך מפלפל געווען מיט זיין תלמיד חביב רבי אהרן כרב ותלמיד, אין אזוי אויך מוצאי יו״ט נאך די נעלות החג טיש ווען די תלמידים וחסידים האבען זיך געשטופט ווינטשען פאר רב שליט״א האט די רב שליט״א זיך נאכמאל אפגשטעלט מיט רבי אהרן בשעת אדורך גייענדיג ווינטשען אין זיך מפלפל געווען אין דעים נושא פאר עיטליכע מניט אפהאלטנדיג דעים ציבור.

הרבה למדתי מרבותי ומתלמידי יותר מכולן (תענית ז׳.) ואם הרב דומה למלאך יבקש תורה מפיהו…

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.