רשימת הבלוגים שלי

יום שני, 4 בספטמבר 2023

חצקלונים, נצחתם רק זמני

 

מאת סאטמארי

ווען צוויי ציוויליזירטע לענדער זענען אין מלחמה, ווייסן ביידע זייטן אז ווען א סאלדאט אויפן שלאכט פעלד הייבט אויף א ווייסע פאן, הערט מען אויף פייערן. און ביידע זייטן ווייסן אויך אז ווען א סאלדאט הייבט אויף א ווייסע פאן גייט ער זיך אונטערגעבן.

אבער אויב דער סאלדאט נעמט ארויס א גראנאט נאכן אויפהייבן א ווייסע פאן, הייבט מען שיסן ביז עס גייט בוכשטעבליך א רויעך.

כלפי מה דברינו אמורים, עטליכע טעג צוריק האט דער מהר״א ארכי-טעראריסט פון בני ברק הערשל האלצער, זיך געוואנדן צו קהל יטב לב דסאטמאר און אויפגעהויבן א ווייסע פאן, ער האט געמאלדן אז ער איז גרייט צו פארהאנדלען.
יעדער פערזאן וואס פארמאגט נישט קיין רייז אין קאפ אנשטאט שכל, האט געוואוסט אז דער שלאנג הערשל האלצער האלט נישט ביי גארנישט און ער איז גרייט צו פארהאנדלען פונקט ווי רבי משה שטערנבוך איז גאב״ד, אבער סאטמאר באשטייט פון ציוויליזירטע פערזאנען און אז איינער זאגט ער איז גרייט צו פארהאנדלען, זעצט מען זיך אוועק ביים טיש.

האלצער׳ס ערשטע תנאי פאר א הסכם איז געווען אז מ׳זאל נישט באנייען די ׳צו מניעה׳ אין די ת״ת געביידע אין בני ברק אין א צייכן פון גוטע-ווילן, און טראץ וואס יעדער בר דעת האט געוואוסט אז ווען הערשל האלצער זאגט פיש, מיינט עס פלייש און ווען ער זאגט ס׳איז נאכט מיינט עס ס׳איז טאג, האט מען אים נאך אלס נאכגעגעבן, ווייל סאטמאר האט נישט געהאט עכט וואס צו דערלייגן, אויב מ׳זעט אז ער האלט נישט ביי גארנישט, וועט מען צוריק באנייען די אינדזשאקשן א טאג שפעטער.

און ווי ערווארטעט, האט הערשל האלצער נעכטן ווען סאטמאר האט נישט באנייעט די ׳צו מניעה׳, זיך אויסגעלאכט פון די גאנצע זאך און זיך פשוט גענומען בויען מיטן פולן אייפער און דערקלערט זיג אויף סאשעל מידיע… דער זכר האט פארדינט א טאג צו קענען בויען לעגאל.

ויהי ממחרת, סאטמאר האט פארשטייט זיך היינט צוריק באנייעט די ׳צו מניעה׳, וואס לויטעט אז קהילת מהר״א טאר נישט בויען אין די ת״ת געביידע. אבער דער איבערגעקלוגטער הערשל האלצער בויעט ווייטער, און פאלגט נישט אויס די געריכט וואס דאס פארמאגט שווערע לעגאלע קאנסעקווענצן. 

אין קורצן: האלצער האט ״אויסגעשפילט״ די סיסטעם און אויפגעהויבן א ווייסע פאן, און דערנאך ארויסגענומען א גראנאט. יעצט איז סאטמאר׳ס רייע צו שיסן און שיסן און נישט אויפהערן שיסן!

און פונטקליך דאס טוט מען! א נייע קלאגע איז שוין אריין אין געריכט וואס טוט באשולדיגן הערשל האלצער און שלום יצחק דאסקאל און פעלשן דאקומענטן און ארויפלייגן א דעקלעראציע (הערת אזהרה) אויף אלע געביידעס פון סאטמאר אין ב״ב און אויף די סאטמארע מיידל שולע אין ירושלים. די קלאגע טוט פאדערן פונעם געריכט אז סאטמאר זאל לעגאל קענען איבערנעמען קאנטראל אויף א-ל-ע געביידעס אין בני ברק, אריינגערעכנט די ׳שמח תשמח׳ זאל די ביהמ״ד אין צפון בני ברק, א-ל-ע-ס. שיסן און שיסן און נישט אויפהערן צו שיסן!

ווען הערשל האלצער האט געפעלשט דאוקמענטן אין תשע״ו צו ארויפלייגן א הערת אזהרה אויף די סאטמארע מיידל שולע געביידע אין ירושלים, האט מהר״א פארמאגט א קהילה אין בני ברק; פיר שולן, ישיבה גדולה, ישיבה קטנה, ת״ת, מיידל שולע, ארום זעקס הונדערט משפחות און א ראש ישיבה וואס האט געפירט די קהילה ביד רמה.

ווי מ׳שטייט היינט פארמאגט מהר״א א שאטן פון א קהילה. א מאיאריטעט פונעם ציבור זענען אריבער צום ראש המרידה, די צענטראלע שול אין שיכון קרית יואל אין בני ברק האט דער ראש המרידה איבערגענומען, ביידע ישיבות זענען טיף אין די אדמה, די ת״ת געביידע איז א אויך א שול, די ארונים אין בני ברק קענען ניטאמאל באנייען זייער נייע מיידל שולע געביידע ווייל זיי האבן מורא אז דער ראש המרידה וועט איבערנעמען די אלטע געביידע… פארזעצונג קומט אי״ה.

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.