ר׳ חיים הערש מייזליש מסתמך על הציונים וחבר הכנסת טסלר
בהקלטות שנחשפים כאן היום עולה כי מייזליש מתכנן מזה חודשים ארוכים את ההשתלטות שלו על הבית מדרש בשיכון.
הוא רוצה את עזרת שוקי מנדל סגן ראש העיר בני ברק, המשטרה, ומניח את כל יהבו על חבר הכנסת יעקב טסלר שאביו היה משגיח בישיבה בוויזניץ ועשה מעשים איומים ונוראים בבחורים וראשי ויז’ניץ עשו יד אחת לשמור עליו כדי שהמשטרה לא תתערב.
טסלר נשלח לכנסת על ידי מצביעי אגודת ישראל ומפעיל השפעה כדי להציל את הלוחמים באגודת ישראל.
==========================
*המחלל שם שמים בסתר, נפרעין ממנו בגלוי #1*
נאכן
הערן די הארציגע דיבורים פון אבינו רועינו כ''ק מרן רבינו שליט''א, ווי
אזוי ער בעהט זיך ביים ציבור 'סורו נא מעל אהלי האנשים הרשעים האלה', האבן
זיך א ציבור בני ברק'ער אידן אפגעשאקלט פון דעם *מושחת במידות חיים הערש
מייזליש* .
נעכטן שפעט ביינאכט, נאכן זעהן די
חוצפה ווי אזוי חיים הערש פירט זיך אויף כלפי כ''ק מרן רבינו שליט''א, האט א
אינגערמאן וואס האט זיך געדרייט ביי חיים הערש אין שטוב חוזר געווען און
ארויסגעגעבן רעקארדירונגען פון א מאשינדל וואס ער האט יאהרן לאנג געהאט
ליגן אין א באהאלטן פלאץ ביי חיים הערש אין שטוב. אויף דעם רעקארדינג וואס
איז נאך שבועות הערט מען ווי אזוי דער געמיינער אינג פירט אליינס אהן דעם
קאמף קעגן כ''ק מרן רבינו שליט''א.
אידן זענען
ממש שאקירט געווארן הערענדיג ווי אזוי דער מושחת אליינס זיצט אויפן
טעלעפאון אין גיבט הוראות און ארדערס ווי אזוי מ'זאל גיין צו די פאליציי,
פאליטיקאנטן, קאנעקשאנס, און אזוי ווייטער. מ'הערט ווי ער ווארענט פאר
איינער פון זיינע חיות *רוף מיך פרעגן, טוה גארנישט אליינס*. חיים הערש
פירט די גאנצע טעראר, און מוז האבן דאס לעצטע ווארט אויף יעדע זאך.
יאהרן
האט מען אונז פארקויפט אז חיים הערש מייזליש האט גארנישט דערמיט. סך הכל
איז דא א ציבור וואס פארלאנגט א טויש אין די הנהגה, און ער נעמט זיך פשוט
אהן פאר די צובראכענע אידן. אט דא וועט איר הערן ווער עס וויל די טויש אין
די הנהגה. *דער מושחת אליינס זיצט אויפן טעלעפאון און ארבייט צו פארכאפן
דעם שיכון פאר זיך.*
ווי אויך הערט מען ווי אזוי
ער רופט אהן הרבני הנכבד ר' דוד עקשטיין הי''ו, א רשע!! און הרבני הנכבד ר'
יעקב סופר און הרבני הנכבד ר' יואל עפשטיין מיט אנדערע לשונות של גנאי. עס
איז כדאי צו באטאנען, אז ר' דוד עקשטיין הי''ו און די אנדערע צוויי אידן
פונעם וועד העליון האבן פאר אים געארבייט געטריי יאהרן לאנג. און ספעציעל
אין די לעצטע 8 חדשים, אבער ביי משפחת מייזליש איז *כפוי טובה א חלק פון
זייער סדר החיים*, און וויבאלד אז אז זיי האבן אים נישט געברענגט דאס
רבנות, זענען זיי געווארן רשעים.
*וואס איז אבער
ממש שאקירענד, איז ווי אזוי ער זאגט אויף די פירער פון דעם מערכה לייבעלע
היימליך, אז ער איז אן ארגערע מושחת ווי יחזקאל. ווען יעדע איד ווייסט אז
אהן לייבעלע היימליך האט חיים הערש גארנישט די לעצטע דריי יאהר אין בני
ברק.*
נאכן הערן דעם רעקארדינג הייבן מיר אהן
אביסל יורד צו זיין לסוף דעתו פון כ''ק מרן רבינו שליט''א, וואס האט
פארשטאנען אז די איינציגסטער וועג צו ענדיגן דעם מחלוקת איז אפצוהאקן מיט
דעם מטורף.
עס איז כדאי פאר די אידן וואס זענען
פארבליבן ביי אים צו הערן די רעקאָרדינג, אז זיי זאלן פארשטיין ווי אזוי
דער מושחת לאכט אפ און רעדט פון זיינע מענטשן. סוף כל סוף איז ער א מייזליש
און האט דעם זעלבן שמוציגען מוח און פיסק ווי זיינע ברודערס יוסי, מרדכי
אהרן און זלמן לייב.
👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇
*אט
איז די ערשטע פון די סעריע פון עטליכע 30 שטיקער, און צוביסלך וועט מען
מגלה זיין מער און מער די השחתה על כל פרטי' ודקדוקי', וירא הקהל וישפוט!.*
וזה תמליל השיחה
יא יא, וואס הערט זיך........
ס'איז דא עפעס נייעס, גארנישט?!..... פון אמעריקא עפעס, גארנישט? האסט מיט קיינעם נישט גערעדט פון דארט גארנישט?
יואלי עפשטיין איז דאך אינגאנצן א רשע, יענקי סופר הויכעט אה.... הויך נישט פון מיינע ידידים נוו..., יא יא ..., יא אבער אז מאיר זעליג וועט זיין אינדרויסן דריי טעג נאך א דרשה און מאיר הירש הויכעט.. האסטו הויך נישט געגלייבט, איך ווייס נישט ווי גוט ס'איז, איך ווייס נישט וואס ס'איז, אבער עפעס איז עס,..
.....מאיר רעדט דרך ארץ'דיג וויאזוי זאגט ער נו .......... אפילו דוד עקשטיין איז א רשע, אבער ער איז נאך פון די עלטערע, יענקי סופר מיט יואלי עפשטיין קוקן דיך אהן פונקט ווי אהרן (עפ"ל) זיי די וועד זענען איגאנצן נישט קיין.....
בקיצור דו האסט גארנישט געהערט פון ניו יורק גארנישט דו ווייסט נישט מ'הערט נישט פון זיי...
מיין שווער וועט איינעם שיקן מארגן דארטן אהין...בן ציון שטאנגער וועט שיקן מארגן, איך ווייס נישט מארגן אינדערפרי איך ווייס נישט... איך ווייס נישט אויב מ'טראכט טאקע לאמיר זעהן,
דו האסט דעך עס געהערט פון חיים, חיים האט עפעס געהערט פון אים גארנישט?!
יוסי האט גערעדט צו שמואל בער ווייסטו ? מיין ברידער יוסי...
יא שמואל בער האט איהם אפגעפאטשט ער האט איהם זייער באפאטשט,.. אז דער עולם האלט נאכנישט ביי דעם, אהער אהין..., מ'וועט פארלירן דעם בית המדרש אזוי..
עמיצער איז עפעס אנגעקומען היינט, צו גארנישט? חיים פינקלשטיין האט גערעדט מיט יענעם, ... אבער יענער איז... ווער איז העכער יענעם? ווי קען מען אנקומען צו איהם?
אונזער עולם איז צובראכן? ניין נישט געפערליך! זיי דרייען זיך שוין ווי געווינערס יא, משוגעים!, אבער די קליינע דרייען זיך יא צופרידן, וואס זענען זיי אזוי צופרידן..... זיי פארשטייען נישט אז זיי רעגן אויף דעם ציבור מיט דעם וואס זיי פארמאכן דעם שוהל, דאס ברענגט זיי כבוד?
אונז האבן א וועג אנצווקומען צום העכערן יענעם, און חנוך (זייבארד) קען עס נישט אפשטעלן? חנוך קען גארנישט טהון? אליינס איז נישט גענוג זאל ער העלפן, חנוך האט ליב שטימעס נו, ער דארף הערן דא איז דא א ציבור, משה גבאי האט געזאגט אז חנוך האט אים געזאגט אלע יאהרן איך קען דיר נישט העלפן, איך בין א גוטער חבר אבער דו האסט נישט קיין מענטשן, ר' אהרן האט די מענטשן וואס שטימען, טאמער זאגסט אים אז ס'דא אפאר הונדערט מענטשן האט ער דרך ארץ פאר דיר,...
זיכער אז חנוך קען עפעס טהון דא, אזוי האלט איך.... בקיצור נאר יענקל טעסלער (חבר כנסת המינים) איז די איינציגסטע ישועה אנצוקומען צו יענעם העכערן, קיינער קען אים נישט?.... איך רעד העכער די משטרה,.... אקעי גיי לייג זיך שלאפן, און אינדערפרי דארפסטו רופן בנציון גראד, נאכאמאל זיי שטופן דאס, ...ער זאל וויסן אז ער האט בלוטיגע הענט....יא.... איך וועל שיקן מיין יואלי זאל זאגן פאר זיין טאטן אז איך האב בלוטיגע הענט, ער האט טאקע! און אזוי פיהרט ער זיך אויף.
ער וויל אראפשיקן מאיר צוויבל זאל קומען מחזק זיין דעם עולם.. נעבעך.
דוד עקשטיין וויל איך נישט זאל גיין, הערסט .... יואלי עפשטיין איז אריין אין די רציחה... יא מ'טאר זיך נישט וויסנדיג מאכן פון זיי גארנישט.
דא דער מצב איז גוט יא..
פאליציי טענה'ט אז טאמער גייט מען זיך ווייטער שלאגן ... איין צד טענה'ט בוררות און איין זייט בחירות, ס'טייטש פארוואס בוררות איז נישט גוט ווייל ס'קען גארנישט זיין פון דעם, ס'איז נישט דיינס, איך קען מאכן בוררות אויף דיין הויז?
אקעי, דו זאגסט אז יענקל טעסלער וועט רופן א העכערן מענטש און ער וועט זאגן פאר דער שוטר אז דו ביזט נישט גערעכט און ער וועט זאגן פארוואס ביזטו נישט גערעכט, ווייל יענער רעדט נישט צו די זאך בכלל
דערצייל איהם אז דו האסט געהאט א שווערן טאג היינט, מאך נישט אליינס,
אקעי, ווי האלסטו? דו האסט איהם? ער פאלגט דיך?
...יא יא א שווערע טאג היינט ... אה?... איך מיין... גער לאט נישט שלאפן דער פאליציאנט, אה? גארנישט?
וואס בוררות? די בנין איז נישט זיינס,,, וואס הייסט בוררות....ביזט משוגע? וואס בוררות?
זה לא..זה לא.... דער הערשי האלצער .. דאס איז נישט זיין בילדונג וואס בוררות?....
וואס...? זיי ווילן פארמאכן בכל אופן די שול .. איך וויל זיך מסדר זיין, דו זהעסט נישט אז הערשל האלצער האלט נישט דערביי? נו זאג עס .. דאס איז נישט זיין בילדונג וואס בוררות?.. זאג איהם אז די דין תורה דא איז שוין פופצן יאר .. יא..
הערשי זעהט אויס גוט ...אהה???
ביזט געווען ביי אפרים משה ביי די חתונה? ער האט דיך שיין אויפגענומען? ער האט דיר געגעבן די האנט? נארמאל? ... יא .. ער האט דיר געגעבן מזל טוב צוריק ?!
כ'האף דער אייבעשטער וועט העלפן מען וועט לאכן צום סוף... אונזער עולם האט זיך שוין געטוישט ביי זיי מענטשן? אהה!!! יחזקאל איז נישט מוקצה מחמת מיאוס? איך פרעג דיר,..
כ'האב גערופן אלעמען זאגן מזל טוב.. ברוך הערש ווידער און אפרים משה לעווי צו יעדן איינעם,
.....ס'קען נאך זיין ס'גייט עפעס זיין? וואס הייסט נישט דא קיין משטרה אין שוהל,....... ס'קען נאך זיין ס'וועט זיין אפען די שוהל? ס'איז מעגליך אז יא? זיי האבן נאכנישט פארשלאסן פארוואס? משטרה דא וואס זאגט? מיינסט אמת'דיג פארוואס? מ'זאגט שוין אויס צו ס'איז א סוד? וואס זאגן זיי פון וועם האסטו געהערט? מ'מעג שוין זאגן אז ס'איז אפען די שוהל שבת, חחחחחחחחחח(כאחד הריקים).. יא וואס, זאל הערשי האלצער נישט גיין צום עמוד .....{נישט קלאר}
לייבל'ע (היימליך) איז אזוי מקנא יושע פאליק (שווארץ) אז אז ער איז אריין אין קהל און ער נישט ... דרייט ער איבער און ער דרייט און דרייט... איך האב מיך פארחזר'ט און איך בין געבליבן אויסגעשפילט..
חיים משה (לעווי) האט נעכטן געשריגן אויף לייבלע "דו ביזט אזויווי יחזקאל ראטער" איך... וועל זיך פון דיר בייגן רחמנא ליצלן... אוודאי דרייט מען אים אן .. לייבלע דרייט איהם אן. דער לייבל'ע האט א פראבלעם פשוט. ס'איז נישט קיין... ער איז א חיה...
די שאלה איזו ואס טוהט מען? וואס רוקט מען זיך ווייטער? בעט חיים משה זאל אראפקריכן פון בוים מארגן..
כוועל דיר זאגן וואס דא איז געווען היינט.. מען קריגט זיך מען רייסט זיך... מען קריגט זיך ..
יואלי איז יא געוען צופרידן היינט אין בית מדרש אויף הונדערט פראצענט דו ווייסט?
אחד מבניו: טאטי איך וויל דיר זאגן א זאך זאלסט מיר גוט אויסהערן: "בני ברק זענען משוגעים איך וויל דיר גארנישט זאגן.. א באנדע משוגעים"..
יא יא, הונדערט פראצענט , נו..
איך וועל.. איך האלט מ'גייט גארנישט האבן. אויב ער קען נאך היינט זיין ביזי אז איך זאל נישט רעדן. האלט ער ביי גארנישט . מען האנדלט אים ווי מיט א אלטן איד...
כ'האב פארדינט הונדערט פראצענט.. ער האט עפעס... מען גייט אין ערגעץ נישט אנקומען....דו זעהסט עס ?
וואס האט חיים שלום (האלבערשטאם) געזאגט וועגן יואלי דאסקאל? ער האט זיך ארויסגעדרייט פון אים, פיין ..
יא ער גייט אן .. מיינ'ס עס אמת'דיג? נו פרעג דער רבי? וואס זאגט דער רבי... חחחחחח, די שאלה וואס טוהט מען מיט זיי דא? חחחחחח..
ער איז ארומגענומען נעבעך מיט רשעים, מיט משוגעים, זיי האבן אים משוגע געמאכט און פארטיג ... ער איז געווען א נארמאלער מענטש.. הערשי ווייס מיט שלום יצחק די זענען כיטערע פאליטיקאנטן, איך האלט דער אב"ש וועט העלפן מען גייט דאס אויסהאלטן ער פירט נישט די וועלט.
אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה
שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.