רשימת הבלוגים שלי

יום חמישי, 27 בספטמבר 2018

מה קרה היום בסאטמאר בבני ברק? שוב מכות ומהומות

וואס איז היינט פארגעקומען אין סוכת קהילתינו הק' אין בני ברק?

ווי יערליך האט די הנהלת הקהילה אפגעראכטן א גרויסארטיגע סעודת אושפיזין ביד רחבה, צוגעשטעלט אין די גרויסע סוכה וואס די הנהלה שטעלט אויף יערליך פאר טייער געלט.

נעכטן נאכט איז פארגעקומען די סעודת אושפיזא דיעקב אויף א שיינעם פארנעם צוגעשטעלט און אפגעראכטן דורך עסקני הקהילה. עס איז געווען מיט די באטייליגונג פון א שיינע ציבור אין שפיץ פון די רבני הקהילה און ביניהם דער ראש ישיבה וועלכער איז נתכבד געווארן מיט א דרשה מענינא דיומא.

נאכ'ן בענטשן איז ווי שטענדיג פארגעקומען אויפן פלאץ אין די סוכה די ריקודין של שמחה לכבוד הרגל. אינמיטן די טאנצן זענען אריינגעקומען עטליכע ליידיגייערס מחבלים בכרמים אין שפיץ פון דעם באקאנטן בעל מחלוקת, דער מחרחר ריב הידוע וועלוועלע מייזליש, וועלכע האבן געוואלט איבערדרייען דאס פלאץ מיטן טאנצן אהין און צוריק ארום דעם ראש ישיבה (צו מאכן עפעס א רעביסטעווע) אבער קיינער האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט פון זיי. די ערליכער ציבור האט ווייטער געטאנצן ביז שפעט אין די נאכט מיט גרויס התלהבות.

אבער די מחרחרי ריב אשר השקט לא יוכלו, אויב נעכטן איז נישט געלונגען צו מאכן מהומות וועט מען היינט נאכאמאל פראבירן. נאכמיטאג האבן זיי ארומגעשיקט אויף זייערע וואטסאפס, אז היינט נאכט זאלן קומען אלע שלעגערס, ווייל נאכן טאנצן גייט מען באגלייטן דעם ראש ישיבה וועלכע פארט קיין אמעריקע.

טאקע גלייך נאך די היינטיגע סעודת אושפיזא דמשה ווען מ'האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן, האבן זיך די שלעגער'ס אריינגעריסן אין די סוכה אינמיטן די טענץ אין שפיץ פונעם בנש"ק ליפא מייזליש (א גאסט אין סאטמאר נאך העכער 3 מאנאטן) און זיי האבן זיך גענומען שטופן און טראסקען מענטשן ארום דעם ראש ישיבה ממש ווי ביי א פורים-רב במלוא מובן המילה.

אינמיטן די ווילדע טענץ האט דער ראש ישיבה געגעבן א שלעפ אריין טאנצן דעם ענערגישן חבר הנהלת המוסדות ר' יחזקאל ראטטער, און ווי נאר דער מטורף ליפא האט דאס דערזעהן איז ער געגעבן א שפרינג צו און ארויסגעווארפן ר' יחזקאל פונעם רינג ווען יעדער שטייט און שטוינט וכדי בזיון וקצף...

דאס איז נעבעך נאך א רינגעלע אינעם קייט פון מבזה זיין דעם ראש ישיבה. די ציבור אין בני ברק קוקט צו און שטוינט ווי אזוי קינדער לייגן בידיים צוגרינד א טאטע.

גלייך דערנאך האבן די צולאזטע יונגען אנגעהויבן צו זינגען און פאטשן מיט קולי קולות כי מלאכיו יצוה לך און ארויסבאגלייט דעם ראש ישיבה מיט גרויס כבוד און פּאראדע, ווען יעדער נארמאלער מענטש שטייט פון די זייט און ווייסט נישט צו לאכן אדער וויינען וואס מ'האט מיט דעם איד נעבעך געטהון.

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.